ליל ב' דר"ה תש"ט בסעודה
א. די עבודה אין בית המקדש ביום כיפורים איז גיועהן נאָר דורך דעם כהן גדול אַליין נאָך אַ געויסער רגילות הכנה וואָס עס איז גיועהן מסודר פון בית דין.
דער זמן פון התחלת העבודה אין בית המקדש ביום כיפורים איז גיועהן מסודר אַז אַלע זאַכין איז גיטאָהן גיואָרין נאָר דורך דעם כהן גדול על פי בית דין דורך אַ ספּעציעלע ממונה וואָס ער האָט גיהאַט דעם טיטול סגן כהן גדול2.
צו דעם זמן פון התחלת העבודה אין בית המקדש פלעגט דער סגן כהן גדול הייסען אַז מען זאָהל גיין אויף דעם בעשטימטען הויכע אָרט3 וואָס איז גיועהן אין בית המקדש זעהן צי עס איז געקומען די בעשטימטע צייט וואָס מען בעדאַרף אָנהויבין די עבודת הקרבנות. פלעגט דער ממונה זאָגין4: צאו וראו אם הגיע זמן השחיטה — גייט אויף דעם ספּעציעלען הויכע אָרט וואָס עס איז גיועהן אין מקדש — אם הגיע זמן השחיטה — צי עס איז שיים צייט וואָס מען דאַרף בריינגען דעם קרבן תמיד — די וואָס זיינען גישטאַנען נידעריקער פלעגין פרעגין באַ דעם וואָס איז געשטאַנען אין דער הויך, אם האיר פני כל המזרח עד שבחברון — צי עס איז בעלויכטין דער מזרח ביז חברון, ווייל צוליב דערמאָהנען זכות אבות דערמאָנט מען חברון5.
פון דעם סדר עבודה פאַרשטייען מיר צוויי ענינים א) אַז זכות אבות איז אַ הקדמה און התחלה אין עבודה, ב) און בכדי מען זאָהל ניט האָבען קיין טעות אין עניני עבודה בעדאַרפמען בכל עת ובכל זמן בעטען רחמי שמים אַז הוד כ"ק אבותנו רבותנו הקדושים וואָס זאַיינען אין היכלי שמים6 זאָהלין מעורר זיין רחמי שמים פאַר אונז אַלע זייערע מקושרים און זייערע בני בית זאָהלין זיין גיזונד און האָבין פרנסה בהרחבה, זיי זאָהלין בהרחבה ובהצלחה דורכפירין די שליחות פון ירידת נשמתם למטה אין גוף.
ב. הגם אַז במשך השנים האָט מען געויס מעהרער מאָהל גירעהט און דערציילט, און אין געויסע ענינים מבאר גיועהן די מנהגי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין אַלע מועדי השנה, דאָך איז לבד דעם זכות און ענג ותועלת פרטי וואָס איך האָב אין דעם דערמאָהנען דעם סדר זמנים, איז די הזכרות און דער לייענען וואָס מען לייענט די אַלע שריפטען אין יעדער אָרט ברבים אָדער ביחידות אַ געויסע הזכרה — דערמאָנונג — וואָס איז מגיע אין די היכלות הקדש פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים, און עס בריינגט, בעזרתו יתברך אַ שפע ברכה בגשמיות וברוחניות.
ג. דעם ערשטין מעת לעת ר"ה פון נאָך ליכט בענטשין ביז נאָך דעם ערשטין מאמר חסידות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט דעם ערשטין טאָג ר"ה נאָך תפלת ערבית פון דעם צווייטין נאַכט7, 274האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיועהן נזהר עפּעס ריידין אַ חוץ גאָר דריגענדע זאַכין8, אויך דאָס פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר זאָגין זייער קורץ און בשפה רכה.
ווי אין דער רוב מצות איז פאַראַן עשה ולא תעשה, איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיועהן אין דעם ענין פון התחלת הדיבור אין דער התחלה פון שנה. די עשה איז גיוען אָנהייבען דעם דיבור פון יאָהר מיט דעם דיבור פון חסידות7, און דער לא תעשה איז די זהירות אין גאָרנישט ריידין אין ענינים וואָס זיינען בלתי נצרכים ביותר.
ד. די פתיחת הדיבור אין אַ חב"ד חסידות'ר התועדות פאַרבריינגען בעדאַרף זיין אין און מיט אַ חב"ד חסידות תורה און עבודה וואָרט.
דער נושא ותוכן פון דעם ריידין דעם עבודה וואָרט, ניט נאָהר סתם גירעהט, אָדער געוואונשען זיך. עס איז דאָ אַ שיטה פון רעדען, צי יע טאָן אָדער ניט טאָן, מ'רעדט. עס איז דאָ אַ שיטה פון ווינשען זיך, צי ער איז יע ווערט אָדער ניט ווערט, — ער איז דאָך דאָ און די זאַך איז אויך דאָ, ווינשט ער זיך. וואָס באמת דאַרף זיין אַזוי, ווייל דער וועל פון אַ אידען נעמט זיך פון נשמה און נשמה קען צוקומען צו די העכסטע מדריגות. דער רבי — אדמו"ר הזקן — האָט אויפגעטאָן, אַז עס דאַרף זיין אַ כלי, וואָס אַ כלי האָט אַ תוך9. אַ גרויסע שיסעל איז ניט די גרויסקייט אין די חיצוניות הכלי, נאָר אין דעם תוך, — אַ גרייסער תוך.
אַה, אין חב"ד איז יעדער ענין מיט אַ מדידה עצמית און מדידה פנימית.
דער צירוף פון אַלטען רבין און דער בעש"ט איז, — דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן, אַז יעדער דבר פעוט און יעדער דבר קטן איז דאָס אַ הוראה אויף אלקות, דער אַלטער רבי האָט אַריינגישטעלט דורך תורת חסידות חב"ד ווי יעדער תנועה קטנה אין און דורך עבודת החסידות איז אַ שליבה אין דעם סולם העלי' עד רום המעלות.
ה. יחזקאל הנביא איז גיועהן אַ גלות נביא, ווי חז"ל זאָגין10 אויף דעם פסוק הי'ה הי' דבר ה' וגו'11. יחזקאל האָט מגלה און ממשיך [גיועהן] גילוי אלקות אין גלות, ער האָט די גלות פאַרשקלאַפטע אונד עניות אויסגעמאַטערטע ערקלערט די טיפסטע עניני אלקות פון מעשה מרכבה.
ו. דער טאַטע, איז אונזער חסידי חב"ד'ישר יחזקאל הנביא. מיט זאיינע מאמרי חסידות איז ער מגלה מיט השכלה ביאורים מעשה מרכבה אונד מעשה בראשית, מיט די קונטרסי עבודה און שיחות ערמעגליכט ער אַז יעדער איינער ווי קליין אין ידיעה והשגה ער זאָל ניט זיין, זאָהל ער לפי ערכו קאָהנען שטאַייגין אויף די שליבות פון דעם סולם העלי'.
ז. עס איז אַ סדר מסודר באַ נשיאי חב"ד אין סדר הנהגה פון ערב ר"ה, אַז 275נאָך דער טיף האַרציקע יאָהרליכע גיזעגינס מנחה זאָגט מען ביז זמן פון תפלת ערבית מזמורי תהלים, און די צוויי מעת לעת איז מען מרבה אין אמירת תהלים12.
ח. אין יאָהר תרמ"ט ר"ה, האָט דער טאַטע מיר געהייסען זאָגען תהלים. דער טאַטע איז ניט געווען צופרידען פון מיין עברי זאָגען13, דאָס איז געווען מצד מיין חזרת משניות בע"פ שנעל, פלעג איך מבליע זיין אַסך הברות. האָט דער טאַטע מיר דאַמאָלסט געזאָגט:
פון יעדער תורה אָדער תפלה וואָרט וואָס אַ איד זאָגט ווערט באַשאַפן אַ מלאך14. עס זיינען פאַראַן שלום עליכם מלאכים, וואָס ווערען באַשאַפן פון שלום עליכם וואָס מען זאָגט פרייטאָג צונאַכטס, עס זיינען פאַראַן שחרית מלאכים, מנחה מלאכים, מעריב מלאכים, און מלאכים וואָס ווערען באַשאַפן פון קר"ש פאָרן שלאָף. פון יעדער תפלה ווערט אַ גאַנצע מחנה מלאכים, וואָס יעדע מחנה קלייבט אויס אַ שליח וועמען מען שיקט אַראָפּ צו היטען דעם מענטשן וואו ער גייט און שטייט.
אין סדר המלוכה וואָס דער עיקר אונד דער זעלבשטענדיקער אונד ערשטער פיהרער איז דער קיסר, און דער קיסר איז מסדר אַלע מלוכה לאַייט פון דעם ערשטין מיניסט[ע]ר ביז דעם סאטסקע.
דאָ אין ליובאַוויטש — זאָגט מיר דער טאַטע — איז דער גאַנצע פראייטעלסטער — מלוכהפירער דער פריסטאָוו, אָבער דער אמת'ר פאַר ועמען אַלע מענטשין פון דער גאַנצער מדינה האָבין מורא איז דער קיסר, און ניכר איז זאַיין שטאַרקייט אַלעס דעם קיסר'ס אַ שליח איז די קליידונג זאיינע וואָס דאָס באַווייסט אַז ער דורך זיין שליחות בעזיצט ער דעם קיסר'ס קראַפט.
יעדער איינער פון די אַלע מלוכה פקידים טראָגט אַ צייכענונג פון דעם מלך וואָס עס בעצייכנט זאַיין15 וואָס ער פאַרנעמט אין דער מלוכה. באַ דעם העכערען איז דאָס אַ גילדענע, באַ די נידעריגערע איז דאָס אַ זילבערנע, מעשענע, בלייענע, ביז באַ דעם סאטסקער איז דאָס אַ בלעכענע, אָבער אַלץ קומט פון דער מלוכה.
אידין זיינען בני מלכים16, גיט מען יעדען שלוחים פון מלך צו היטען איהם, איינער גיט מען העכערע שלוחים, דעם אַנדערען גיט מען נידעריגערע שלוחים, אָבער זיי זיינען אַלע פון מלך. היינט שטעל זיך פאָר: אפי' אַז די שלוחים פון מלוכה פיהרען אַ מענטשן אין "פריזאָן"17 דאַרף מען דאָך אויך האָבען פאַר זיי דרך ארץ, אַ כל שכן אַז די שלוחים זיינען געשיקט געוואָרען אויף אַ שמירה, צו היטען דעם מענטשן. היינט וואָס פאַר אַ פנים וועט ער האָבען אַז ער וועט פּאַטשען די שלוחים. אַז מען היפט איבער אַ וואָרט גיט מען אַ פּאַטש דעם מלאך, אַז מען איז מבליע הברות גיט מען אַ שאַר דעם מלאך.
דעם טאַטין'ס מוסר רייד, האָבין מיך זייער דערנומען. אַז איך בין גיקומען צו זיך אין צימער, האָב איך שטאַרק גיוויינט, ניט גיקאָנט זעך בערואיקין.
276אין דעם איז אַריינגעקומען די מאַמע, אַ בן יחיד בין איך דאָך געווען, איז זי אַריינגעגאַנגען צום טאַטען און געפרעגט, וואָס האָט ער מיר אַזוינס געזאָגט, וואָס איך קען זיך ניט בערואיקין.
האָט דער טאַטע גיזאָגט:
נשקשה, די טרערען וועלען אַריינגעהן אין אַ אינעווייניג און בלייבען אויף שטענדיג.
(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
אָט דאָס איז הדרכה, אָט דאָס איז חסידישער חינוך, אָפּגעבען זיך מיט אַ קטן שבקטנים ווי מיט אַ גדול שבגדולים, אָט דאָס איז אהבת האָב אל הבן, אַריינגעבען כחות אין אַ נער קטן אַז ער זאָל דאָס האָבען אויך צו זיבעציג יאָהר.
מהנהגות בית רבי18
א. בליל א' כשנכנסו הקרואים להשולחן, אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לכל אחד: גוט יו"ט, לשנה טובה תכתב ותחתם.
ב. אכילת התפוח לאחר אכילת המוציא19.
ג. אכילת פרי של "שהחינו" קודם נט"י לסעודה. וכ"ק אד"ש בירך ע"ז מיד — קודם נט"י — ברכה מעין שלש20.
ד. בירך — ועל הכוס20 — בסעודות ליל א' דר"ה ויום ב' דר"ה.
ה. בשני הימים — כ"ק אד"ש מפטיר, ואמירת למנצח, מן המיצר, הפסוקים, ברכות (מקריא רק ע"י הוראה באצבע ולא בדיבור21) ושלשת הפסוקים שאחרי התקיעות. — פתיחת הסידור לתקיעות ג"כ תחת הטלית.
הערות
עמוד 273
- 1. שיחה זו — הועתק מכי"ק רבינו, ומהנחת אחד השומעים בתוס' הגהות מרבינו ומכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו.
- 2. ראה משנה יומא כח, א וברש"י שם — ד"ה אמר להם הממונה.
- 3. ראה משנה יומא שם וברש"י ד"ה צאו וראו.
- 4. משנה יומא שם.
- 5. ירושלמי יומא פ"ג ה"א.
- 6. ראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 4.
- 7. ראה גם שיחת ליל ב' דר"ה תש"ח (לעיל ע' 160).
עמוד 274
- 8. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 3 ע"ד הנהגת כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע: "פון שנת תרל"ה האָט ער אויף זיך מקבל געווען ניט צו רעדען דעם ערשטען טאָג ר"ה ביז נאָכ'ן מאמר — שהי' בליל ב' דר"ה — דאָס איז געווען אַ ענין פרטי, נאָכדעם אַז ער האָט אויף זיך מקבל געווען די נשיאות פלעגט ער זיך אויך אַזוי פירען. דעם צווייטן טאָג ר"ה פלעגט ער שוין יאָ רעדן, אָבער זייער ווייניק, עס איז נאָר געווען אַראָפּ דער ניט". וראה גם שיחת ליל א' דר"ה תש"ח (לעיל ע' 159).
- 7. ראה גם שיחת ליל ב' דר"ה תש"ח (לעיל ע' 160).
- 9. ראה שיחת יום ב' דר"ה שנה זו (לקמן ע' 276).
- 10. ראה מו"ק כה, א.
- 11. יחזקאל א, ג.
עמוד 275
- 12. ראה סה"מ תרצ"ז ע' 310. אגרות-קודש ח"א ע' תכה. ח"ד ע' קלב. ע' תטז.
- 13. ראה גם אגרות-קודש ח"י ע' תה.
- 14. חדא"ג מהרש"א מכות י, ב. וראה אבות פ"ד מי"א ובמפרשים שם. וראה גם שיחת יום אחש"פ שנה זו (לקמן ע' 323). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 308.
- 15. כ"ה בכי"ק. ואוצ"ל: זיין אַמט.
- 16. שבת סז, א.
- 17. בית האסורים.
עמוד 276
- 18. עם הוספות בכי"ק כ"ק אדמו"ר נשיא דורנו.
- 19. ראה לעיל ע' 158. וש"נ.
- 20. ראה לעיל ע' 159. וש"נ.
- 21. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 139. וש"נ. תש"ד ע' 3. תש"ה ע' 3.
תלמוד ירושלמי יומא ג׳:א׳ - הטקסט מספריא
משנה: אָמַר לָהֶן הַמְמוּנֶּה צְאוּ וּרְאוּ אִם הִגִּיעַ זְמַן הַשְּׁחִיטָה. אִם הִגִּיעַ הָרוֹאֶה אוֹמֵר בּוֹרְקִי. מַתְיָה בֶּן שְׁמוּאֵל אוֹמֵר הֵאִיר פְּנֵי כָל הַמִּזְרָח עַד שֶׁבְּחֶבְרוֹן. וְהוּא אוֹמֵר הֵין:
הלכה: אָמַר לָהֶן הַמְמוּנֶּה כול׳. מָהוּ בּוֹרְקִי. בַּרֶקֶת. תַּמָּן אָמְרִין. בְּרוֹק בּוֹרְקָה. אַנְהר מַנְהָרָא.
וְעֵד אֶחָד נֶאֱמָן. שַׁנְיָיא הִיא הָכָא שֶׁאֵין אַתְּ יְכוֹל לַעֲמוֹד עָלָיו. וְחָשׁ לוֹמַר. עַד דּוּ עֲלִיל וּנְפַק הִיא מַנָהָרָה. חֲכִימָא הִיא מִילְּתָא. אָמַר עֵד אֶחָד. נוֹלַד אִישׁ פְּלוֹנִי בַשַּׁבָּת. מַלִּין אוֹתוֹ עַל פִּיו. חֲשֵׁיכָה מוֹצָאֵי שַׁבָּת. מְטַלְטְלִין אוֹתוֹ עַל פִּיו. רִבִּי אִימִּי מְטַלְטֵל עַל פּוּם מְלַוִּיתָא. רִבִּי מַתַּנְיָה מְטַלְטֵל עַל פּוּם אִיבִירִיתָא דְזִהֲרָא. רִבִּי אִמִּי מְטַלְטֵל עַל פּוּם נַשְׁיָיא דְאָמְרָן. שִׁמְשָׁא הֲוָות עַל סוּסִיתָה.
וְלָמָּה עַד שֶׁהוּא בְּחֶבְרוֹן [וְהוּא] אוֹמֵר הֵין. בָּא לְהַזְכִּיר זְכוּת אָבוֹת.
משנה אבות ד׳:י״א - הטקסט מספריא
רבי אליעזר בן יעקב אומר העושה מצוה אחת קונה לו פרקליט אחד. והעובר עבירה אחת קונה לו קטיגור אחד. תשובה ומעשים טובים כתריס בפני הפורענות. רבי יוחנן הסנדלר אומר כל כנסיה שהיא לשם שמים סופה להתקיים. ושאינה לשם שמים. אין סופה להתקיים:

