י"ט כסלו תש"ח

180י"ט כסלו תש"ח

א. עס איז דאָ אַ אויסשפּראַך "פותחין בברכה"1, דאָס מיינט זינגען אַ ניגון. ניגון איז העכער פון דיבור2, אין ניגון זאָגט זיך אַרויס די עצמיות, און דאַמאָלט דערהערט מען די פנימיות ועצמיות פון דיבור.

דאָס איז דער נקודת הענין וואָס חסידים זינגען אין דאַוונען3. עס איז דאָ אַ ניגון פאַרן דאַוונען און אַ ניגון אין דאַוונען. דער ניגון פאַרן דאַוונען דאָס איז אַ הכנה אַרויס צושלאָגן דאָס וואָס עס דאַרף ניט זיין אין דאַוונען.

מען דאַרף זאָגן אַ ניגון, ניט בכדי עס זאָל דערנעמען יענעם, נאָר עס זאָל דערנעמען זיך.

ב. מען מאַכט אַ טעות, מען מיינט אַז חב"ד איז השכלה, חב"ד איז דאָך חכמה בינה דעת, טאָ ווי קומט דאָס צו עבודה מדות חג"ת?

אַמאָל האָט מען גערעדט אַז עס איז דאָ חסידים חג"ת — חג"ת'ניקעס, און חסידים חב"ד — חב"ד'ניקעס, מיינט מען 181ניט אַז חג"ת'ניקעס איז נאָר חג"ת און ניט חב"ד, חב"ד'ניקעס מיינט מען ניט נאָר חב"ד און ניט חג"ת, עס ווענדעט זיך נאָר אין די התחלה פון וואַנען מען הויבט אָן. און דער עיקר פון חסידות איז עבודה.

דער אַלטער רבי ביז ער איז געפאָרן אין מעזריטש האָט זיך אָפּגעגעבען נאָר מיט בני תורה4, לאחר ווי ער איז צוריקגעקומען פון מעזריטש און וויסנדיק די כוונה פנימית, האָט ער זייער מקרב געווען דוקא אנשים פשוטים5.

אין דעם בריוו וואָס כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר צוגעשיקט צו י"ט כסלו תרס"ב ווען ער איז ניט געווען אין ליובאַוויטש6 — "היום הזה הוא ר"ה לדא"ח אשר הנחילנו אבותינו הקדושים זצוקללה"ה נ"ע זי"ע, והיא היא תורת הבעש"ט ז"ל. זה היום תחלת מעשיך כו'" — איז דאָרט אָנגעדייטעט דער ענין ברמז.

ג. ווען7 דער אַלטער רבי איז געקומען פון פּעטערבורג האָט ער געזאָגט: פאַר זיך האָב איך גאָר קיין מורא ניט געהאַט, איך האָב געזאָגט: ב"ה וואָס דער מאסר האָט פּאַסירט נאָך 25 יאָר8 אַרבעט עבודה פנימית מגלה זיין תורת הבעש"ט, דער ענין האָט זיך שוין אויף געטאָן. איך פאַר זיך אַליין האָב איך ניט מורא געהאַט.

דער אַלטער רבי האָט זיך מוסר נפש געווען אויף דריי זאַכן: פאַר דעם אויבערשטן, פאַר תורה, און פאַר ארץ ישראל. א) פאַר דעם אויבערשטן — קידוש השם. ב) פאַר תורה — דאָס איז תורה ומצות, תורה אַן מצות איז גאָרניט. תורה מיינט מען ניט ווי ער פאַרשטייט די תורה מיט זיין שכל, נאָר מיט זיין שכל זאָל ער פאַרשטיין די תורה וואָס די תורה וויל. והג) ארץ ישראל, ווי עס איז ידוע9 אַז דער אַלטער רבי האָט אויסגעהאַלטען רבותינו הקדושים מיט זייערע משפחות און משפחות אנ"ש וואָס האָבען זיך באַזעצט אין ארץ ישראל10.

182איז אין די אַלע ענינים האָט ער שוין אויפגעטאָן און פאַר זיך האָט אים גאָר ניט געאַרט.

דער אַלטער רבי האָט געהאַט מס"נ צוליב אַ איש פשוט אין אַ ענין גשמי אָדער אַ ענין רוחני, ער האָט געזען דעם עצמי פון די פשוט'ע אידען, אין בעל הבית'שקייט ווען דער גלות וועט זיך ענדיקען האָט ער זיך ניט געמישט; זיין עבודה איז געווען אויף אַריינבריינגען ליכטיגקייט ביי אידן. השי"ת זאָל העלפן עס זאָל זיין גילוי המשיח בקרוב ממש אָן פאַלשע פירושים, נאָר מען זאָל דערהערען דעם גילוי העצמי והפנימי אין תורה ועבודה.

דעם כח המס"נ האָט דער אַלטער רבי מנחיל געווען צו חסידים נאָר דאָס איז בהעלם, און בכדי מגלה זיין מההעלם אל הגילוי איז דאָס אויך דורך מס"נ, און יעדער מעדת החסידים דאַרף האָבן מסירת נפש.

עס איז דאָך מתי יבא לידי ואקיימנה11, אין מסירת נפש איז ניט דער עיקר הכוונה דער מסירת נפש, נאָר דער עיקר איז דער ואקיימנה — עס דאַרף זיין דער קיום. להבדיל באלף הבדלות ביי גויים איז פאַראַן, ער שיכור'ט זיך אַן און נאַכהער פגר'ט ער אַוועק, דאָס איז פון דעם בראָנפן און צוליב דעם בראָנפן; אָבער ביי אידן איז די כוונה פון מסירת נפש דער ואקיימנה — דער קיום הדבר.

וואָס איז מסירת נפש? דאָס וואָס ער וויל דאַרף מען ניט און דאָס וואָס ער וויל ניט דאַרף מען יע.. .

ד. עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זאָגן אַז צו ענינים רוחניים איז ער קיין מחותן ניט, ער איז ניט שייך צו דעם. אָבער דער אמת איז אַז ער האָט באַ זיך אַ שרץ'ל12 וואָס מאַכט אים שוין גאָר פאַר אַ מחותן. דער נפש הבהמית קאָרמעט ער ווי אַ מאפס — וואַרפט אים צו אַ שטיקל פלייש, אַ שטיקל חלה, און דער נפש האלקית דאַרט ביי אים. דער נה"ב קומט צו איהם מיט זיינע חכמה'לאַך: עס איז דאָך עסקא דשבתא כפול13, דאַרף ער שבת עסן צווייערליי פיש צווייערליי פליישען צווייערליי פּיטשאַ, און אַזוי פירט ער אים אין לאָך אַריין: מנחה ומעריב ווי אַמאָל, קריאת שמע שעל המטה לאָזט מען דורך14, ער איז יוצא מיט אַרומדרייען די תפילין, און ער קאָרמעט דעם נה"ב, און דער נפש האלקית דאָרט ביי אים.

ה. חסידים זיינען חכמים מחוכמים, מ'זאָגט זיך אַליין. ביי חסידים מאָנט מען ניט קיין ריבוי, דער עיקר צו אָנהערן דעם אמת.

183מען קען זיין אַ בקי בש"ס, ריידן אין אַ רמב"ם, מחדש זיין חידושי תורה, ניט דאָס איז דער עיקר, דער עיקר איז לערנען אַ פסוק חומש און דערהערן דעם אמת.

ו. היינט קען מען פועל'ן אַ פולע.

עפ"י תורה דאַרף אַ טאַטע מפרנס זיין אַ בן קטן15, ובפרט אַ עבד איז רבו דאָך מחוייב במזונותיו16, זאָל דער אויבערשטער געבען אַ פולע השפעה בגשמיות וברוחניות אַז עס זאָל זיין ביי אידן געלעבט, חי — געלעבט.

ז. אידן זיינען זייער רייך, מילא אין גשמיות דאַרף מען זיי געבען וואָס זיי דאַרפן, נאָר אין רוחניות זיינען אַלע אידן רייך, נאָר דאָס איז בהעלם און מען בעדאַרף דאָס אַרויסנעמען מההעלם אל הגילוי.

ח. אין חסידות ודרכי החסידים איז דער עיקר עבודה, השכלה אַליין איז גאָרנישט — מיט השכלה איז ניע פאציאם17. עס איז דאָ אַ סדר: מוחין מדות מחשבה דיבור ומעשה, דער עיקר איז מעשה עבודה בפועל.

אַ פּוד השכלה קומט ניט צו עבודה בפועל, למעלה איז אַ גוט וואָרט פון אַ ישובניק העכער פון אַ פּוד השכלה. אַ ישובניק באַגעגענט אַ צווייטן אידן, זאָגט אים: שלום עליכם, נעמט אים אַריין צו זיך אין הויז, גיט אים צו עסן ברויט מיט זויער מילך, וואַרפט אַריין נאָך אַ שײַטל האָלץ אין אויוון כדי ער זאָל זיך אָנוואַרעמען18, נאָכדעם זאָגט ער אַ קאַפּיטל תהלים פאַרוואָס אין אַזאַ שניי דאַרף יענער גיין אין וועג זוכען אַ קעלבל אויף לפרנס בני ביתו; דאָס איז למעלה זייער הויך19.

אַ ישובניק האָט אַמאָל געזאָגט דעם טאַטן: איך ווייס גאָר ניט נאָר ווי צו איינשפּאַנען דעם גוף. האָט דער טאַטע געזאָגט: דורך אַ קאַפּיטל תהלים20.

ט. עס איז זיכער אַז דער רבי אין גן עדן העליון מיט די רביים אבות החסידות און חסידים וואָס האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף חסידות און דרכי החסידים איז ידעי מה דהוי בהאי עלמא21, און האָבן אַ קורת רוח וואָס מען איז זיך דאָ משמח בשמחתו. די נשמות החסידים וואָס זיינען זיך צונויפגעקומען אין דעם טאָג צום אַלטן רבי'ן זיינען מקבל אַ ברכה פון רבי'ן פאַר בניהם ובני בניהם.

י. די דריי ענינים אהבת השם אהבת התורה און אהבת ישראל דאַרף זיין ביי חסידים אויסגעפלאָכטען צוזאַמען אַזוי ווי אַ נר הבדלה.

יא. עס איז אַ גרויסע רחמנות אויף די יונגעלייט דאָ. די עלטערע חסידים געדיינקען נאָך פון דער היים, זיי האָבן געזען אַ זיידן, אַ טאַטן; ווי מען רופט 184דאָס דאָ "דער אַלטע היים"22. אָבער די יונגעלייט, זיי זיינען דאָך לא ראו אור, ובפרט אין דער מדינה. מ'טאָר דאָס ניט זאָגן, איך בין דאָך אַ בטלן — איך גיי ניט אין גאַס, איך זע נאָר דורכ'ן פענסטער איז יאָגט אַריין אַזאַ פראָסט אַז עס נעמט טרייסלען; דער היגער הוהאַ, אַ ציצה באַהאַלט מען, אַ באָרד דאַרף מען ניט, עס איז פּאַסקודנע. אין דער היים איז געווען אַ אויסשפּראַך "עס איז חלשות".

אַלע אידען זיינען טייער, דער חסרון איז אין אונז.

עס איז נאָר איין טרייסט! ווען אייז צוגייט אויף מים איז דער שטח פון די מים גרעסער ווי בעת עס איז געווען אייז, איז דאָך ווען דער אַמעריקאַנער אייז וועט צוגיין וועט דערפון ווערן מים רבים און מים חיים; און פון דעם אַליין דאַרף מען זיין בשמחה.

יב. אח"כ צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לשיר ניגון, ואמר: מ'דאַרף זינגען אַ פנימיות'דיגן ניגון. חב"ד מאָנט אין אַלץ פנימיות; אַ טאַנץ — אַ פנימיות'דיגן, אַ ניגון — אַ פנימיות'דיגן.

יג. אמר לשאר בשרו ר"מ שניאורסאָהן מארץ הקודש: דו זאַלסט פאָרן געזונט, קומען געזונט און דערהערן ארץ ישראל אין אַ פנימיות.

יד. אחד מזקני החסידים הרבנים רצה לישב אל השולחן, ומצד הצפיפות הי' קשה עבורו להתיישב, והעיר על זה כ"ק אדמו"ר שליט"א: דאָס איז דאָך דער קונץ פון אַ למדן, אַז פון דעם ויש ליישב בדוחק זאָל ווערן אַ התרחבות.

טו. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן הניגון של ד' הבבות מאדמו"ר הזקן, כ"ק אדמו"ר שליט"א ניגנו ג"כ בדביקות גדולה ובבכי' עצומה. אח"כ צוה לנגן הניגון "ניע זשוריצי חלאָפּצי" וצוה לנגן בשמחה גדולה, וכל הנאספים ניגנו ורקדו בשמחה רבה.

הערות

עמוד 180

  1. 1. פתיחת אגרת הראשונה באגה"ק שבתניא. וראה לקו"ש חכ"ד ע' 641 בהערה.
  2. 2. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 221.
  3. 3. ראה שיחת י"ט כסלו תש"ו ס"ט (לעיל ע' 18).

עמוד 181

  1. 4. נוסחא אחרת: נאָר מיט גדולים בעלי מדריגה.
  2. 5. ראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ז (לעיל ע' 123). וש"נ.
  3. 6. נדפס באגרות-קודש כ"ק אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רנט.
  4. 7. הבא לקמן הובא ונתבאר בשיחת פורים תש"כ.
  5. 8. נוסחא אחרת: נאָך 30 יאר.
  6. 9. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 176. וש"נ.
  7. 10. בשיחת פורים תש"כ שם: "ס'איז געווען אין תש"ח, האָט דעמאלט דער רבי דער שווער פאַרבראַכט י"ט כסלו. . און האָט דעמאלט גערעדט אז י"ט כסלו איז אן ענין פון דעם אַלטן רבי'נס גאולה. . און האָט געזאָגט אז דער אַלטער רבי. . האָט זיך מוסר נפש געווען אויף ארץ ישראל, און האָט מסיים געווען: וכידוע אַז דער אַלטער רבי האָט געשיקט און אויסגעהאַלטן רבותינו וואָס זיי זיינען געווען באה"ק אין ארץ ישראל. .. . דער קישור מיט י"ט כסלו איז: איינע פון די מסירות אויפן אַלטן רבי'ן איז געווען אַז ער שיקט געלט אין ארץ ישראל. . דער אַלטער רבי וויל אויפשטעלן אַ מלכות אין ארץ ישראל. . און ער וויל דאָרטן ווערן אַ מלך. . בפנימיות הענינים איז דאָס אזוי געווען: דער אַלטער רבי האָט געוואָלט אייננעמען ארץ ישראל, און האָט געוואָלט אַז דאָרטן זאָל ווערן דער מלך דער "יפוצו מעינותיך חוצה" פון תורת החסידות. . האָט דער אַלטער רבי, דורך שיקן אַהין און אויפהאַלטן דאָרט תלמידי הבעש"ט און תלמידי המגיד וחביריו, און מ'זאָל דאָרטן לערנען פנימיות התורה, האָט דאָס געדאַרפט אויפשטעלן דער מלכות אין ארץ ישראל, און חסידות זאל דאָרטן ווערן מלך. . דאָס הייסט, אַז ווען חסידות ווערט אַ מלכות אין ארץ ישראל, איז דאָס איז וואָס דער אַלטער רבי איז געוואָרן מלך אין ארץ ישראל. .. . אָט דאָס איז געווען י"ט כסלו תש"ח, דערנאָך אין אַ שטיקל צייט אַרום איז דאָרט נתייסד געוואָרן כפר חב"ד . וואָס דער נאָמען איז דאָך געווען בידיעה ובהסכם פון דעם רבי'ן דער שווער ".
  8. . ראה אגרות-קודש חי"ג ע' ע' תצח. חי"ד ע' ס"ע תיב ואילך.
  9. . ראה אגרות-קודש ח"י ע' רעג: בחסדי השם יתברך האָב איך פאַר זיי געגרינדעט אַ קאָלאָניע מיטן נאָמען "כפר חב"ד".

עמוד 182

  1. 11. ברכות סא, ב.
  2. 12. נוסחא אחרת: עס זיינען דאַ אַזעלכע וואָס זאָגן ווי קומען זיי צו ענינים רוחניים, זיי זאָגן וואָס פאַר אַ מחותן בין איך צו דעם, אין בין ניט שייך צו דעם, דאַרף מען אים זאָגן: ברודער'ל דו האָסט ביי דיר אַ שרץ'ל.
  3. 13. ראה מדרש תהלים צב.
  4. 14. נוסחא אחרת: איין מאָל אין דריי וואָכן.

עמוד 183

  1. 15. ראה כתובות סה, ב.
  2. 16. ראה רמב"ם הל' עבדים פ"א ה"ט. פ"ג ה"א.
  3. 17. {6} אין לזה ערך.
  4. 18. נוסחא אחרת: זאָגט צו די בעל הבית'טע: וואַרף אַריין נאָך אַ שטיקעל האָלץ אין אויוון עס זאָל ווערן וואַרעמער — מיר האָבן אַ אורח, און זאָגט צו דעם אורח: גייט אַרויף אויפן אויוון און וואַרעמט זיך אָן און רוהט זיך אויס.
  5. 19. נוסחא אחרת: איז דאָס למעלה אַ פולע טייערער מער ווי אַ גאון'ס חידושי תורה.
  6. 20. נוסחא אחרת: אַ ישובניק האָט אַמאָל געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: איך ווייס גאָרניט, איך ווייס נאר אַז מ'דאַרף איינשפּאַנען דעם גוף מיט אַ קאַפּיטל תהלים.
  7. 21. ראה גם סה"מ תרפ"א ע' רב ובשוה"ג שם.

עמוד 184

  1. 22. ראה שיחת י"ב תמוז תש"ו ס"א (לעיל ע' 52).

מצוטט ב־6 עמודים

תורת מנחם 5
  1. ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ חיי-שרה, מבה"ח כסלו ה'תשי"א* סה"ש תש"ח ע' 182
  2. כז - שנת תש"כ - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תש"כ. סה"ש תש"ח ע' 180
  3. כח - שנת תש"כ - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ה' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תש"כ. סה"ש תש"ח ע' 180
  4. מח- שנת תשכ"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת אור ליום ועש"ק פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשכ"ז סה"ש תש"ח ע' 181
  5. נא - שנת תשכ"ח - חלק ראשון ‹ שיחת יום ה' פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשכ"ח סה"ש תש"ח ע' 181
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
  1. תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ י"ט כסלו תרצ"א ‹ 176 ספר השיחות תש"ח ע' 181