טבת תש"ח

184טבת תש"ח

להת' הנוסעים לאירופא1

ס'איז מיר שווער צו רעדען בארוכה.

איך וויל איבערגעבן אַ גערוס, אַ פנימיות'דיגען גערוס, צו אַלע אידן בכלל און צו אנ"ש בפרט. איך וויל וויסן וואָס יעדער מאַכט — אנשים, נשים, זייערע משפחות, קינדער. די וועלכע האָבן זיך מסדר געווען, די וועלכע האַלטן ביי מסדר זיין זיך בגשמיות ורוחניות. ווי גייט אָן דער לערנען, צי מ'האָט מייסד געווען חדרים סיי לנערים, סיי לנערות.

מען איז זיך דאָך מכין אויף צו פאָרן, לערנען זיי דאָך ענגליש, זאָלן זיי ניט לערנען ביי דער וואָס קען זיי לערנען אַנדערע זאַכן, השפעות בלתי נעימות.

איר זאָלט איבערגעבען יעדען אַ גרוס בפרטיות, אַ פנימיות'דיגן וואַרימען גרוס.

185איך גיב אייך געלט פאַר פאַרבריינגען. וואו איר קומט זאָלט איר מאַכן אַ חסידישע סעודה מ'זאָל זינגען אַ פנימיות'דיקען ניגון, גיין אַ ואַרימען ריקוד. בכלל מעורר זיין פנימיות. וואָס איז אַ חסידישע סעודה — אַ עקיל פון אַ הערינג און אַ ריינע קלאָרע גלעזל משקה. ניט עסן און טרינקען, דאָס איז ניט קיין חסידישע סעודה.

(ואמר בנותנו פרוטות: און אויך קליין געלט).

מען זאָל זען וואָס מען קען טאָן וועגען זייער הסתדרות, און שיקען רעקומענדאַציעס.

מ'דאַרף זיך ניט איילען. טאָן די אַרבעט ניט איילענדיג, ניט טראַכטן וועגן באַלד צוריקפאָרן. נאָר טאָן די אַרבעט אין יעדן מקום (ווי עס באַדאַרף?).

פאָרט געזונט, זייט געזונט, קומט געזונט. איר וועט מסתמא שרייבן אַמאָל טעלעגראַפיש וואָס איז נויטיק. און מען זאָל זיך זען געזונטערהייט.

הערות

עמוד 184

  1. 1. בסוף חודש טבת תש"ח נשלחו הת' הרב יצחק זלמן פאזנער והרב מנחם מענדל בוימגארטן לבקר את אחב"י במדינות אירופא בכלל ומחנות הריכוז באשכנז ואוסטריא בפרט (ראה אגרות-קודש ח"ט ע' שפד. חי"ג ע' תנג. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' רצב. וש"נ).