שמח"ת תש"ח בסעודת היום
177שמח"ת תש"ח בסעודת היום
א. מיר זיינען ביידע בטוחים: איך בין אַ בטוח אַז איך וויל אייך געבען און איר זייט אַ בטוח אַז איר וועט נעמען, נאָר דער עיכוב איז מצד הזמן, די הגבלה פון זמן; דער זמן פון שמח"ת איז זייער יקר און מען קען אים ניט אויסציען. איך אייל זיך, ווייל ביני לבין עצמי האָב איך נאָך ענינים וואָס איך דאַרף משלים זיין, וואָס איז שייך צו דעם יו"ט שמח"ת; וועל איך ריידען בקצרה.
ב. חסידים דאַרפען קובע זיין זמן אויף אריכות התפלה, איינמאָל אין 8 טעג, אין צען טעג, שבת און בכלל אין אַ עת המוכשר.
מען ווערט דאָך פאַרפּראָסטעט, מצד העדר העבודה און העדר ההרגש פילט מען מעלת עצמו און מען זעט חסרון הזולת. דאַרפען דאַרף זיין, אַז מען זאָל זען מעלות הזולת און חסרון עצמו. אמת, מען דאַרף מעלות עצמו אויך ניט פאַרלייקענען, אָבער דאָ דאַרף שוין זיין אַ מדידה אויף וויפיל דער קלוגינקער האָט ניט קיין יד אין דעם.
ג. החסידים הגבירים ר' ישעי' ברלין1 און ר' יעקב הורוויץ2 האָבען אַמאָל געמאָנט ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאַרוואָס ער איז מיר מסכן אין שליחות'ן פון עניני הכלל מיט אַזויפיל מסירת נפש.
די מעשה איז אַזוי געווען3:
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געשיקט אין אַ שליחות פון עסקנות הכלל אין פּעטערבורג. דאָרט האָב איך זיך געדאַרפט טרעפן מיט אַ מיניסטער, אַ רשע מרושע, ער איז געווען אַ רבי פון סטאָליפען הצורר.
דער מיניסטער מיט וועלכען איך האָב זיך געדאַרפט זען, האָט געוואוינט הינטער פּעטערבורג אין דעם געגענד וואו עס האָבן געוואוינט די קניאזען (פירשטען), יעדער האָט זיך דאָרט געהאַט זיין פּאַלאַץ מיט אַ גאָרטן און אַ סאַך הינט.
גראָד איז אַזוי אויסגעקומען, אַז איך האָב געקענט זען דעם מיניסטער נאָר פרייטאָג צונאַכט. בין איך פרייטאָג בייטאָג דאָרט צוגעפאָרן, קיין גאַסטיניצע (האָטעל) איז דאָרט ניט געווען, בין איך אַריין צו אַ טראקטאר און געגעבן דעם חאזאיען (בעל הבית) אַ פיינע מטבע, אים געגעבן באַהאַלטן מיין טלית, ווייל איך האָב געדענקט אַז איך וועל דאָרטן דאַרפן בלייבן דעם גאַנצן שבת. איך האָב דערציילט דעם גוי וואוהין איך דאַרף גיין ביינאַכט, און אים געבעטן ער זאָל מיר דאָרט צופירן און דערנאָך צוריק אָפּפירן, מחמת אין פּעטערבורג זיינען די וועטערן ניט קביעות'דיג, אָט רעגענט, אָט 178שנייט מיט אַ ווינט און גליטשיג. איך האָב אים אויך געבעטען אַז מוצאי שבת זאָל ער מיר צוריק אָפּפירען אין שטאָט צו מיין גאסטיניצע.
דערזעענדיק די מטבע, אַ 25'ער איז דער חאזאיען — דער גוי — געוואָרן איבערראַשט און געטאָן אַלץ וואָס איך האָב אים געבעטן.
פרייטאָג צו נאַכט בין איך אַוועקגעגאָנגען צו דעם מיניסטער. אַריינגייענדיג צו אים אין צימער איז ער מיר גלייך בעפאַלן מיט'ן שימפ וואָרט "קאנאליע", ווי אַזוי האָסט דו זיך איינגעשטעלט צו מיר צוקומען יעצט, דו ביסט דאָך אַ בן יחיד ביי דיין טאַטן — ער האָט שוין וועגן מיר אַלץ געוואוסט — ווי אַזוי האָט ער דיר געלאָזן גיין צו מיר ביינאַכט, מיינע הינט האָבן דאָך דיר געקענט צורייסן און אויפפרעסן.
האב איך אים געענטפערט: אַ איד האָט ניט קיין מורא פאַר אַ הונט, אַ הונט האָט מורא פאַר אַ איד.
אָט די געשיכטע האָט גורם געווען, וואָס ר' ישעי' ברלין און ר' יעקב הורוויץ האָבען נאָכדעם געמאָנט ביים טאַטן, ווי אַזוי שיקט ער מיר אויף אַזעלכע שליחות'ן, עס איז צופיל מסירת נפש.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיי געענטפערט:
"די כוונה פנימית דאַרף מען דאָך דורכפירען, — ניע פאציאם4, אויף וואָס דען איז געווען ירידת הנשמה למטה, איז דאָך נאָר אויף מסירת נפש.
איך בין בטוח אַז ער וועט מאריך ימים זיין".
אַז די נשמה איז מאיר בגוף, איז דער גוף בדרך ממילא בטל צו דעם אור הנשמה.
איך דערצייל אייך דאָס בהמשך צו דעם וואָס מען האָט נעכטן גערעדט5, אַז אחד יהי' לרבבה, איינער קען אויפהויבן אַ גאַנצע מדינה.
ד. איך וויל אייך איבערגעבן אַ ענין וואָס איז ביי מיר שוין לאַנג כמוס באוצרותי, מען קען ניט ריידען באריכות ווייל ווי געזאָגט איך אייל זיך, אָבער איך קען דעם ענין פון אייך ניט מעלים זיין6.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט אין אַ פאַרבריינגען, אַז מוצאי יו"ט שמח"ת, דאַרף מען אָפּשניידן די שטריקלעך.
דעם ענין דאַרף מען דערהערן אין השגה, הבנה און הסברה, נאָר יעצט ריידן מיר בקצרה.
אין חודש אלול און תשרי נעמט דאָך יעדער איד, לא מיבעי עצם הנשמה נעמט דאָך אַ ודאי, נאָר דאָס איז דאָך וואָס עצמי נעמט, נאָר אפילו כחות הגלויים נעמען אויך אַ פולע.
איז אַז עס קומט מוצאי יו"ט דאַרף מען אָפּשניידן די שטריקלעך פון די טאָרבע וואָס מען האָט איינגעפּאַקט במשך חודש אלול און תשרי.
די ערשטע קריאת שמע שעל המטה מוצאי יו"ט דאַרף זיין מיט אַ געעפענטע טאָרבע.
איר קענט זיך גאָר ניט פאָרשטעלן דעם קורת רוח למעלה פון אַ שמע 179ישראל וואָס עס זאָגט אַ פשוטער איד אין קריאת שמע שעל המטה, בפרט פון דעם ביי וועמען עס דערהערט זיך דער שמע ישראל אין השכלה אין הבנה און אין אַ החלט אויף אַ בפועל טוב.
ווי דער מאמר הידוע פון אַ חסיד, וואָס פלעגט זאָגען נאָך קריאת שמע שעל המטה: "אַה! מאָרגן דאַרף מען אויפשטיין גאָר אַ אַנדערער"7; די אומצופרידענהייט מיט דעם היינט, און די קבלה אַז מאָרגן דאַרף מען זיין בעסער.
ה. איך בין מחוייב אַ קרבן תודה ושלמים אויף דעם חסד ה' וואָס ער האָט געטאָן מיט אונז.
דער אויבערשטער ווייס — איך וויל ניט זאָגן דעם לשון המורגל ביי בני אדם, וואָס מאַכען דעם אויבערשטען פאַר אַ עדות — ווי צובראָכן איך בין געווען פאַרענדיק אַהער אין אַמעריקע, איך בין געווען כחרס הנשבר; איך האָב געוואוסט אַז דאָ זיינען דאָ אידען, חסידים, תמימים, אָבער איך האָב זיך געשראָקען פאַר דעם רעש און הוהאַ פון אַמעריקא.
ווען איך בין נאָך געווען אין ריגאַ האָב איך געציילט די שעות וואָס איך בלייב נאָך דאָרט. אַז מיר זיינען געפאָרן אויפ'ן שיף צוועלףדרייצן טעג8 האָב איך געוואָלט, אַז מען זאָל נאָך לענגער פאָרען. קומענדיג אַהער בין איך געווען אַזוי צובראָכן, אַז איך האָב ניט געוואוסט וואָס עס טוט זיך מיט מיר.
ווען איך האָב אָנגעהויבן רעדן וועגען מייסד זיין דאָ אַ ישיבה תומכי-תמימים, האָט מען מיר אָנגעקוקט וואָס איך רייד און האָבן געזאָגט אַז דאָ אין אַמעריקא איז דאָס אוממעגליך9.
עס זיינען אַריינגעקומען צו מיר תלמידים פון אַנדערע ישיבות, אָבער אָן לייב און לעבן, אַן באָרד און פאות, אָן ציצית; יע, זיי האָבן אפשר די ציצית אין די הויזן, אָבער...
ב"ה, אַז עס האָט זיך אויפגעטאָן וואָס איך האָב אַליין ניט משער געווען, עס איז למעלה מדרך השתלשלות; הגם עפ"י סדר והדרגה אַז מען טוט העלפט דער אויבערשטער, אָבער אַזאַ הפלאה איז נאָר למעלה מסדר השתלשלות.
מען האָט ב"ה געפענט פענסטער אין דעם טומאן — נעפּעל10. אָבער אַ ציור פון אַ ליובאַוויטשער — רוסישער — תמים האָבען זיי דאָ נאָך ניט געזען.
דער אויבערשטער זאָל שיקן משיח'ן בקרוב און מיר זאָלן אַלע גיין בקרוב אין ארץ ישראל, אָבער דערווייל האָבען זיי דאָרט — הכוונה על התמימים מרוסיא שבאו כעת לפּאַריז — "פּלענטי" (גענוג) אַרבעט, זיי דאַרפן דאָרט זיין, זיי האָבן דאָרט גענוג אַרבעט.
180ו. דער אויבערשטער זאָל געבן אַז דעם יאָר זאָל זיין אַ סאַך תנאים'ס, חתונות, און שמחות ביי אידן; עס זאָל זיין אַ ריבוי, עס זאָל נתמלא ווערען וואָס מען האָט ביי אונז צוגענומען.
דער אויבערשטער זאָל געבן אַ גאולה שלימה בקרוב בפועל ממש און ניט נאָר בכח.
הערות
עמוד 177
- 1. מריגא. חתן אחות כ"ק אדמו"ר מהר"ש (הרבנית ראדע פריידע). נפטר בקיץ תרס"ח. ראה אודותו: אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תשאתשב. ובהנסמן במפתח שמות אנשים לאגרות-קודש שם ח"ה. נזכר בספר השיחות תש"ב ע' 98. ס"ע 117. תש"ה ע' 24. ע' 28. ע' 30 ואילך. ע' 41. ועוד.
- 2. מריגא. נזכר בספר השיחות תש"ב ע' 97 ואילך. תש"ד ע' 18. תש"ה ע' 24. אגרות-קודש ח"ח ס"ע קי ואילך. ועוד.
- 3. ראה ר"ד כ"א סיון תש"ו (לעיל ע' 51). וראה שיחת כ"ד טבת תשי"א (תורת מנחם התוועדויות ח"ב ע' 174 ואילך). יו"ד שבט תש"כ (לקו"ש ח"ו ע' 287 ואילך). י"ב תמוז תשמ"ה (התוועדויות תשמ"ה ח"ד ע' 2457 ואילך).
עמוד 178
- 4. {6} אין לזה ערך.
- 5. לעיל ע' 175.
- 6. בהנחה אחרת נוסף: א[ון] איך האָף אַז דער [וואָרט וועט זיך איבערק]ייקלען אין אַ סאַך ערטער.
עמוד 179
- 7. ראה שיחת יום א' דחה"ס תש"ו (לעיל ע' 5). וש"נ.
- 8. ביום ב', כ"ד אדר ראשון ה'ש"ת נסע רבינו באוירון מריגא לשטוקהולם. וביום ג', כ"ה אדר ראשון עזב את שטוקהולם ונסע במסילת הברזל לגעטעבארג. ביום ה', כ"ז אדר ראשון הפליגה הספינה בדרך לניו יארק. ביום ב', ח' אדר שני — אחרי נסיעה של שנים עשר יום — בשעה הרביעית אחר חצות היום הגיע הספינה לנמל ניו יארק, אבל עלפי החק אשר כל ספינה הנכנסת לנמל ניו יארק אחרי שעה הרביעית אחרי חצות היום אין מניחים את הנוסעים לרדת עד יום המחרת בבקר — ירד רבינו מהספינה ביום השלישי, ט' אדר שני ה'ש"ת.
- 9. ראה ספר השיחות תש"ה ע' 75 ואילך.
- 10. ברשימה אחרת: [דער] "מען מעג" האָט מען אַראָפּגענומען, דער "מען דאַרף" איז [...] האָט גערירט, נאָר קיין מקוה וואַסער איז דאָס נאָך ניט געוו[אָרן].
מצוטט ב־2 עמודים
תורת מנחם 2
- ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת כ"ד טבת ה'תשי"א סה"ש תש"ח ע' 177
- יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה ה'תשי"ז. סה"ש תש"ח ריש ע' 177

