ליל שמח"ת קודם הקפות תש"ח

173ליל שמח"ת קודם הקפות תש"ח

א. דער "תכין לבם"1 איז דאָ, דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז עס זאָל אַראָפּקומען אין אַ פנימיות.

שמיני עצרת און שמח"ת זיינען צוויי דרגות חלוקות, אָבער ביידע אין המשכה פנימיות.

ב. איך וויל אייך איבערגעבן אַ גערוס פון זעכציג יאָר צוריק. אין יאָר תרמ"ח האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט שמח"ת: וואָס פרייט זיך דער אויבערשטער שמח"ת; בשלמא אידן פרייען זיך וואָס זיי האָבן מקבל געווען די תורה, אָבער למעלה, שטייט דאָך אַז אלפים שנה קדמה תורה לעולם2, איז מיט וואָס פרייט זיך דער אויבערשטער שמח"ת?

און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געענטפערט:

דער אויבערשטער פרייט זיך מיט דעם, וואָס אידן זיינען מקבל די תורה בדעת.

דער אויבערשטער זאָגט: איך גיב זיך אַוועק אין תורה צו דעם וואָס גיט זיך אַוועק צו תורה.

רש"י איז מפרש התורה, אין רש"י האָט מען געגעבען דעם כח, אַוועקצוגעבען די עצמיות פון תורה צו די עצמיות פון אַ אידן.

מען דאַרף לערנען אַלע טאָג אַ פרשה חומש עם פרש"י, ווייל רש"י איז ממשיך די עצמיות פון תורה אין עצמיות פון אידן.

ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט אַ כלל, אַז ווען דער זיידע3 זאָגט: "עס איז אַ דבר ידוע", מיינט דאָס, ווי עס איז בהרגש נשמתו אין ג"ע העליון.

דער רבי האָט געזאָגט, אַז אַ איד דאַרף זאָגן שמחת תורה לחיים4.

אויף בני חיי מזוני האָט זיך דער אויבערשטער משעבד געווען, וואָס מיר בעטן איז אַז עס זאָל זיין רויחא.

וואס מיינט רויחא — דאָס איז שוין מיין אייגענער ביאור — אַז די גשמיות זאָל דערהערן די כוונה פנימיות וואָס איז לכתחלה געשטאַנען אין יש הגשמי.

אין רויחא איז פאַראַן חילוקי מדריגות, רויחא פון אַ בעל עסק פון אַ בן תורה און פון אַ חסיד. דער רויחא פון אַ חסיד מיינט, אַז ער שטעלט זיך דאַוונען טראַכט ער גאָר ניט וועגן דעם שטיקל ברויט, וואָס ער דאַרף עסן נאָכן דאַוונען אַ גאַנצן טאָג, ע"ד ווי הרה"צ ר' זושא פלעגט זאָגן: "זושא דאַרף עסן".

ד. מיט 58 יאָר צוריק האָט הוד כ"ק אאמו"ר מבאר געווען בעת אַ פאַרבריינגען דעם ענין: לוו עלי ואני פורע5.

שבת איז די עבודה פון יחודא עילאה — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אויף יחודא עילאה זאָגען: עפּעס גאָר אַנדערש —

א חסיד אַז עס קומט שבת, ווייס ער אַז היינט איז שבת, שבת דאַרף מען גיין 174אינדערפרי אין וואַסער, מעביר זיין די סדרה6, זאָגן תהלים, נאָכן דאַוונען מאַכען קידוש, עסען. ער ווייס אַז היינט איז שבת, ער איז מסולק פון אַלע דאגות, דאגת הפרנסה, דאגת ב"ב וכו'; אַז ער שטעלט זיך דאַוונען איז ער פאַרנומען נאָר מיט'ן דאַוונען און איז מסלק פון זיך אַלע דאגות.

דאָס איז דער לוו עלי, מלשון באַהעפטן זיך, אַז מען בעהעפט זיך מיט דעם עלי איז דאַן ואני פורע, פורע מלשון אָפּדעקן, עפענען. ואני פורע איז דער פירוש אַז השי"ת עפענט אויף די גשמיות, אַז עס זאָל זיין אַ כלי צו עצמות. וואָס דאָס מיינט ברויחא — אַז עס איז ניט שולט קיין עין לא טובה, אַז מען גיט איהם אַ מתנה איז דאָס בהרחבה ובשלימות.

ה. אחד מהתמימים שבא לא כבר ממדינה שמעבר לים (אפריקה הדרומית) בשליחות כ"ק אדמו"ר שליט"א, אמר לחיים. וענה לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: לחיים ולברכה.

דו ביזט אַ מהיר, גיסט אַ שמיר מיט די ליפן און יוצא. מען דאַרף מאַכן אַ תוך אין מקבל, אַז ער זאָל נתעורר ווערן מיט אַ תמידיות.

החסיד ר' בערע וואָלף7 פלעגט זאָגן: שאוני והטילני8, טראָג מיר וכו'.

איר ווייסט ניט ווער עס גייט פאַר אייך. דעם וועלטישן טעות, צו מיינען אַז איר זייט "מאַכערס" — אַז איר אַליין טוט דאָס אויף, דאָס האָט איר ניט; אָבער איר ווייסט ניט ווער עס גייט פאַר אייך.

אַ ודאי דאַרף מען זיין צופרידן וויפל מען טוט אויף. אַז איינער פוילט זיך און לייגט אָפּ דעם דאַוונען אויף מאָרגן און די תפילין אויף מאָרגן און מען פועל'ט אויף אים ער זאָל דאַוונען היינט און לייגן תפלין היינט, דאַרף מען זיין זייער צופרידן, אַיי מנחה און מעריב, איז נאָך דערווייל ניטאָ, נו! מען דאַרף אָבער מקרב זיין, און נעמען יענעמס גוטע זייט און דאָס מגביר זיין; עס איז אָפּגעטויט אַ אבר — ער איז ניט ווי מ'דאַרף, דאַרף דאָס זיין ביי זיך אַ ווייטאָג אין האַרצן, אָבער פאַר יענעם דאַרף מען ווייזען אַ פנים צהובות און אים מקרב זיין.

אַז מען זעט אַז די דברי התעוררות וואָס מען זאָגט אים פועל'ט ניט, דאַרף מען זיך גוט אויספּלאָנ'חענען (אויסוויינען) און אונטערפאַסטען אויך, און זאָגן אַ שטאַרקן פעטן "על חטא", און תולה זיין די אשמה אין זיך, ווייל עס דערנעמט ניט יענעמס רחמנות. אַז מען זעט איינעם אַ מחוסר לחם, אָדער ער האָט אַ צער פון ב"ב ח"ו, דעמאָלסט ווערט מען נתעורר מיט רחמנות אויף יענעם, אָבער אַז מען זעט יענעמס חסרון אין רוחניות דערנעמט דאָס ניט. און דער ניט דערנעמען מאַכט אַ סתימה אין כלי המקבל.

מען דאַרף ניט זיין קיין מהיר. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז די "זרעא" וואָס דו האָסט פאַרזייט בדרך אגב, זאָל זיין חייא וקיימא.

ו. א' מאנ"ש מפליטי רוסיא אמר לחיים לכ"ק אדמו"ר שליט"א. ואמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א:

דו ווייסט מסתמא נאָך וואָס דו ביסט געקומען אַהער. קיין דאגת הפרנסה 175דאַרף מען ניט האָבן, דער אויבערשטער איז אַ זן ומפרנס לכל בריותיו, דאַרף מען קיין דאגת הפרנסה און דאגת ב"ב ניט האָבן.

וענה הנ"ל: דער אויבערשטער האָט מיר שוין מזמין געווען אַ פרנסה.

ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: איך ווייס. איך ווייס פון יעדערן, אידן בכלל, אנ"ש בפרט, און חסידים וואָס מען האָפט מיט זיי עפּעס אויפטאָן בפרטי פרטיות, איז מיר נוגע אין אַ פנימיות דפנימיות.

דאגת הפרנסה דאַרף ניט זיין, אָבער מען דאַרף וויסן נאָך וואָס איז מען געקומען אַהער, יעדערער האָט אַ שליחות אין עלמא דין.

ז. איך וואָלט זיך ווינשען, אַז אַלע תמימים זאָלן האָבען בני חיי מזונא רויחא בתכלית ההפלגה, נאָר זיין מלמדים. זיי זאָלן האָבן ברויט מיט'ן פולן מויל, ברויט מיט פּוטער, און פלייש מיט קאָמפּאָט, מיט אייגענע הייזער און זיידענע זופּיצעס אויף שבת9, אָבער די מלאכה זאָל זיין מלמדות.

אַה! וואָס פאַר אַ עושר דער אויבערשטער וואָלט געווען.

עס איז דאָ אַ כתה ביי אידען וואָס האַלטן, אַז זיי האָבן אַ חוש אין תורה — אפשר, תורה לשמה זיכער ניט. אָבער לימוד התורה, זיין אַ מלמד און אויסלערנען יענעם ווי אַזוי צו לערנען דאָס איז גאָר אַ אַנדער זאַך.

ח. אידן בכלל, חסידים בפרט און תמימים בפרטי פרטיות, ווייסן ניט וואָס פאַר אַ כחות זיי פאַרמאָגען און זיי ניצן זיי ניט אויס.

מען קלאָגט זיך. דאָס וואָס מען קלאָגט זיך אויף גשמיות זיינען זיי גערעכט, זיי דאַרפן טאַקע האָבן בני חיי ומזוני רויחא און דער אויבערשטער זאָל זיי העלפן; אָבער דאָס וואָס מען קלאָגט זיך אויף רוחניות איז אַ עוולה.

צייטנווייז טראַכט איך, אַז דאָס איז דערפאַר ווייל מען פוילט זיך, מען פוילט זיך אויספּאַקן דעם פּעקל, מען מיינט אַז דאָרט געפינט זיך גאָר ניט, ע"ד אַן אָרימאַן וויל ניט עפענען זיין פּעקל; אַ עושר עפענט זיין פּעקל, ווייל ער ווייס ער וועט דאָרטן עפּעס געפינען, אָבער אַן אָרימאַן ווייס אַז ער וועט אין זיין פּעקל גאָר ניט געפינען, סיידן אַ טרוקן שטיקל ברויט, אַ דאַרע סקארינקע אָדער אַ פאַרשימעלטע שטיקל גאמעלקע.

זיי ווייסן ניט די אייגענע כחות און נוצען זיי ניט אויס, אַז מען וואָלט געטאָן וואָלט מען געזען אַז אחד יהי' לרבבה10.

ט. מען האָט אַ טעות, אַז השכלה איז אַ עיקר; ניין, דער עיקר איז עבודה בפועל, נאָר אַזוי איז דער סדר התהוות, חב"ד, חג"ת, נה"י, דער עיקר איז די פיסלעך אויף וואָס צו שטיין.

מען דאַרף לערנען שו"ע או"ח, צו וויסען שמירת התורה והמצוות בפועל, מען בעדאַרף אויסמושטירען דעם גוף עפ"י שו"ע.

איך האָב שוין אַמאָל דערציילט11, אַז 176הרה"ג החסיד. . . האָט אַמאָל געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, פאַרוואָס ער וואַשט זיך נט"י לסעודה דריי מאָל אויף יעדע האַנט, איז דאָס נאָר אַ מנהג?

האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: דער מקור הדין געדענק איך ניט, נאָר אַז איך טו אַזוי בין איך זיכער אַז דאָס איז אַ הלכה, ווייל ווען איך האָב — פאַר מיין בר מצוה — געלערנט שו"ע או"ח האָב איך אויסמושטירט מיין גוף אַז יעדער אבר זאָל טאָן דאָס וואָס איז נוגע צו אים עפ"י הלכה12.

נאָכדעם האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געוויזן אַ ב"י אין טור יו"ד הלכות מליחה13, וועגען הדחת הבשר ג' פעמים אחר מליחה וכן לנטילת ידים.

י. הרב"ג14 אמר לחיים והזכיר את אנ"ש והתמימים שבפּאַריז, ואמר כ"ק אד"ש: עס איז קבוע בלב [והראה בידו הקדושה על לבו].

אח"כ נתן כוס משקה לרב"ג ואמר: גיב זיי איבער אַ פנימיות'דיגן גערוס און אַ פנימיות'דיקע ברכה.

יא. מען האָט אַמאָל גערעדט, אַז דער הפרש פון אַ עצמי און אַ פנימי איז, וואָס אַ עצמי איז מרחיב די כלי המקבל און אַ פנימי איז מכניס אור אין מקבל.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט זיין פאַרבריינגען שמח"ת פאַר הקפות, האָט געעפנט ביי יעדערן די פנימיות דפנימיות פון זיינע עצמיות; נאָר מען האָט דאָס ניט געדאַרפט פאַרשלאָפן15.

הערט תמימים! אָט דאָס וואָס מען גיט אייך יעצט, זאָלט איר דאָס ניט פאַרשלאָפן און עס זאָל ניט זיין אין דעם קיין סתימה, מיט אַ טרער אָדער אַ טאַנץ יעצט קען מען אַ פולע נעמען.

יב. שמח"ת איז ווייניג גערעדט, גוט געטראַכט.

יג. אין קדושה אין גורעין אלא מוסיפין.

יד. לחיים, אָט דאָס וואָס דער אויבערשטער גיט אידן זאָל זיי דאָס אָנקומען.

דער אויבערשטער גיט אידן אַ סאַך, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות ועיכובים, עס גייט דאָך פון זייער ווייט און עס זיינען דאָ אויפ'ן וועג אַ סאַך פאראגעס, אָבער אַז עס גייט מיט אַ תוקף ברעכט דאָס דורך אַלץ.

הערות

עמוד 173

  1. 1. תהלים י, יז.
  2. 2. ראה מדרש תהלים צ, ד. ב"ר פ"ח, ב. תנחומא וישב ד וש"נ. זח"ב מט, א.
  3. 3. ברשימת ההנחה כותב המניח: "כפי הנראה הכוונה על כ"ק אדמו"ר הצ"צ. המעתיק".
  4. 4. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 28. תש"ב ע' 13.
  5. 5. ביצה טו, ב.

עמוד 174

  1. 6. ראה שו"ע אדה"ז או"ח סרפ"ה ס"ה ואילך.
  2. 7. הרה"ח ר' דוב זאב קאָזעווניקאָוו. רב ביעקאַטרינאָסלאַוו. — ראה אודותו: ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 231. וש"נ.
  3. 8. יונה א, יב.

עמוד 175

  1. 9. ע"ד לבישת בגדי משי בשבת ויו"ט — ראה המשך תער"ב ח"ב ס"ע תתעב ואילך. תרס"ב ע' רלא בשוה"ג (וסיום הענין שם ס"ע שמז). ד"ה זה יתנו תש"כ (סה"מ תש"כ ע' 87). ר"ד יום ה', כד תשרי תשי"א (תורת מנחם התוועדויות תשי"א ח"א ע' 53. וש"נ). שיחת פורים תשט"ו.
  2. 10. ראה לקמן ע' 178.
  3. 11. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 98. קיץ ה'ש"ת ע' 82. "היום יום" כ שבט.

עמוד 176

  1. 12. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם. וש"נ.
  2. 13. סימן סט קרוב לתחילתו ד"ה ואחר ששהה — מהגהות אשרי חולין קיג, א: "דמדיחין אותו ג' פעמים. . וכה"ג אומר ריב"א גבי נטילת ידים". הובא ב"היום יום" שם.
  3. 14. הרב בנימין אליהו גאָראָדעצקי, בא כח רבינו באירופה.
  4. 15. בנו"א: אַז מען איז געווען ביים טאַטן שמע"צ האָט מען געזען אַ גילוי עצמי. נאָכהער האָט מען געדאַרפט טאָן אויף צו ניט פאַרלירן דאָס.