סעודת יום ב' דראש השנה תש"ח
162סעודת יום ב' דראש השנה תש"ח
א. הרמ"ש שי' סיפר לכ"ק אדמו"ר שליט"א אודות סדר תהלוכות התשליך ביום א' דר"ה, והעיר שאחד אמר בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א שאינו שבע רצון שירקדו בשובם מן התשליך, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:
אדרבא איך האָב זיך נאָכגעפרעגט אויב מען האָט געטאַנצט, און אַז מען האָט מיר געזאָגט אַז ניט, האָט עס מיר געוואונדערט.
ווי קען מען גאָר זאָגן, אַז איך בין ניט צופרידן פון אַ אידישע טאַנץ בכלל, פון אַ חסידישן טאַנץ בפרט און פון אַ תמימים טאַנץ בפרטי פרטיות. דאָס גייט ביי מיר אַריין בגדר לה"ר.
ב. אַ סאַך אידן האָבן געבעטן און אויסגעבעטן אַ מפלה אויף די שונאי ישראל, און אַז אַלע זאָלן וויסען דעם אמת. סתם מענטשען האָבען אַ אויסשפּראַך, דער איז שולדיג "די פּאָליטיקע איז שולדיג", און מען פאַרגעסט אַז טבע איז אלקות1, און בפרט אין כלליות ענינים, וואָס זיינען נוגע אידען און ארץ ישראל.
איך בין ניט קיין פּאָליטיקער און וויל דאָס ניט זיין, איך בין אַ אהבת ישראל מחונך איד, אַז מען דאַרף האָבן מסי"נ אויף אידישקייט און אידן.
אין אה"ק ת"ו זיינען פאַראַן יונגע לייט וואָס זיינען זעך מוסר נפש פאַר אידען, זיי טוען זייער אַ גוטע אַרבעט, דער אויבערשטער זאָל זיי שטאַרקען די הענט בהצלחה. זיי דאַרפן האָבן תיקון אין קיום מצות מעשיות, זיי דאַרפן היטן שבת, לייגן תפילין, כשרות וכו', אָבער דאָס זיינען מענטשען, נאָר מיט חסרונות. מען באַדאַרף לייגן די גרעסטע כחות מקרב זיין זיי צו קיום המצות מעשיות. אָבער אויף די גוטע זאַכן וואָס זיי טוען מיט דעם אידישן ברענענדיגן מסירות נפש באַדאַרפן אַלע אידן — בלי הבדל מפלגה — זאָגן און בענטשען: תחזקנה ידיהם.
ג. אין ליובאַוויטש פלעגט מען דעם צווייטען טאָג ר"ה נאָכ'ן מאמר גיין אַ ריקוד אין הויף2.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט שטיין ביי זיך אין חדר נעבען פענסטער — די פענסטער איז געווען פאַרהאָנגען אַזוי, אַז מען האָט געקענט אַרויסקוקען און ניט ווערען געזען — און זיך צוקוקען, און דערביי האָט ער אַמאָל געזאָגט:
איך בין ניט קיין בעל התפעלות, נאָר דאָס דערנעמט מיר אין אַ ענין פנימי דפנימי, זיי קנעטן אויס די ערד.
163ליובאַוויטשער בלאָטע איז דאָך אַ מדריגה3. עס איז ידוע וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ האָט געזאָגט אויף די ליובאַוויטשער בלאָטע: אַלע לאָזען דאָ איבער און איך דאַרף עס אויסטריקענען.
און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מסיים געווען: מה דאָך אַז אויף ליובאַוויטשער בלאָטע דאַרף מען האָבן חסידישע פיס, כל שכן אויף די בלאָטע בעלמא.
ד. רשב"ץ4 פלעגט מאַכען אויף יעדע זאַך ר"ת, אויף תומכי-תמימים האָט ער געזאָגט צוויי תוי'ן ר"ת תילים, תניא. מען דאַרף זאָגן תהלים ווי מ'לערנט תניא און לערנען תניא ווי מ'זאָגט תהלים. אַלע אידן זאָגן תהלים און קיינער ווייס ניט דעם פשט, אין תניא אויך אַזוי5.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ניט ליב געהאַט די וואָס לערנען תניא מיט חכמה'לעך. אין עבודה קען מען יע ריידען6, דאָס איז דער פטטיא דאורייתא טבין7 — פטטיא וואָס בריינגען לאורייתא8.
די וואָס זיינען קלאָר פרקים תניא אויסווייניג, נו, אָבער אַזוי דאַרף מען האָבן אין פּאַקעט — קעשענע — אַ תהלים און אַ תניא9.
ה. די סקאַרבאָווע ניגונים זיינען מקובל. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז ניט געווען קיין זאָגער, ניט געווען שייך צו מישען זיך אין די זאַכען — ער פלעגט שטיין ביי דער זייט אויף זיין אָרט, אָבער הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש — יע.
הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש פלעגט דאַוונען יוכ"פ אין אַ בעזונדער חדר נעבען ביהמ"ד, בעת דער חזן פלעגט זאָגען די עבודה איז ער אַרויסגעקומען אין ביהמ"ד, מ'פלעגט שטעלן אַ קרעסלע — כסא — און ער פלעגט צוהעלפן דעם חזן אין די סקארבאווע ניגונים10. ר' אלי' אבעלער11 איז געווען פון די 164גיבורים, וואָס פלעגן שטיין ביי דער זייט צוהעלפן הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש נ"ע ביי כורעים.
ו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט צו איינעם וואָס איז געווען אַ וועגעטאָריער — מי שאינו אוכל מבעלי חיים: פאַרוואָס עסט דו דאָס ניט — משום בעלי חיים, נו און וואָס דו עסט יע, ביזטו זיכער? צי דען וואָס מען זעט ניט און מען הערט ניט, איז מחייב אַז די מציאות איז ניטאָ12.
ז. כ"ק אדמו"ר שליט"א סיפר מהסדר שהי' בליובאַוויטש בעת אמירת דא"ח אצל הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, סדר עמידת השולחנות, ושהיו כמה מוחזקים בקביעת מקום עמידתם בעת אמירת מאמר דא"ח.
הערות
עמוד 162
- 1. ראה גם סה"מ תרפ"ט ס"ע 41 ואילך. וש"נ.
- 2. ראה רשימת היומן תשרי תרצ"ג ("רשימות" חוברת יד ע' 3): "במוצאי ר"ה היו יוצאים במחול, אבל לא [במוצאי יום א'] אור ליום ב'". וראה גם "התמים" חוברת ד ע' פט [רי, א] — "מזכרונותיו של אחד התמימים" מחודש תשרי תר"ס.
עמוד 163
- 3. ראה גם שיחת יום אחש"פ תש"ט (לקמן ע' 322).
- 4. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
- 5. ראה גם אגרות-קודש חלק ד ע' רסז: "התניא הוא כחומש, כל ישראל מגדול שבגאונים עד הקטן שבקטנים לומדים חומש, וכל אחד לפי ערכו יודע מה שיודע, ואין שום אחד יודע מאומה, וכל הגדול יותר יודע יותר הפלאת המושג".
- 6. ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תשכ. אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' תט. ספר השיחות תש"ב ע' 83 ואילך.
- 7. ירושלמי ברכות פ"ט ה"ח.
- 8. ראה ספר השיחות תש"ב שם: "הוד כ"ק אאמו"ר האָט אַמאָל געפרעגט דעם זיידן — הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש — וואָס איז וועגן די ביאורים אויף תניא. . האָט דער זיידע אדמו"ר מוהר"ש נ"ע געענטפערט: אויב מען לערנט דאָס צוליב השכלה, איז קען געמאָלט זיין אַז ניט ער ווייס פון תניא און ניט דער תניא ווייס פון איהם. אויב, אָבער, ער פאַררעט זיך אין עבודה, איז אפילו אַז דאָס איז ניט די כוונה פון תניא, נאָר צוליב מעורר זיין את הזולת מיט אַ וואָרט — קען מען אפילו די גאַנצע 70 יאָהר ריידן, וכמאמר "כל פיטטיא בישין ופיטטיא דאורייתא טבין".
- 9. ראה "פתח דבר" לתניא — הוצאת קה"ת — פורמט כיס: "כמה פעמים דיבר כ"ק מו"ח אדמו"ר בהנחיצות להדפיס התניא בפורמט כזה שיהי' נוח לשאתו בכיס הבגדים, ובמילא יהי' מן המוכן בלכת בדרך וכו'". וראה שיחת ש"פ ויקהל מבה"ח אדר שני תשי"ד.
- 10. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 26 ואילך. תש"ה ע' 25.
- 11. החסיד ר' אלי' וואראבייטשיק מישוב אבעל, מחסידי הצ"צ ומהר"ש — ראה אודותו: אגרות-קודש ח"ג ס"ע שטו ואילך. שיחת כ' כסלו תרצ"ג סעיף ג (לקו"ד ח"א לג, ב). ספר השיחות: קיץ ה'ש"ת ע' 163 ואילך; תש"ג ע' 111; תש"ה ע' 95.
עמוד 164
הטקסט של תלמוד ירושלמי ברכות ט ח אינו זמין בספריא.

