סעודת ליל ב' דר"ה תש"ח
159סעודת ליל ב' דר"ה תש"ח
א. אין יאָר תרמ"ח האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ביי אַ פאַרבריינגען געזאָגט, אַז דער אַלטער רבי האָט געמאַכט אַ סדר פאַר ימות החול, שבתים, ר"ח, מועדים און ימים נוראים.
עס איז געווען אַ ספק, אם כבנים אם כעבדים, אויב דער סדר איז שייך אויך צו עבדים — חסידים, אָדער נאָר צו בנים — נשיאים, ויש בן שהוא עבד ויש עבד שהוא בן.
דער סדר פון די ערשטע נאַכט אין ערשטען טאָג ר"ה איז, מען איז טרוד אין מחשבה1 ביז מחשבה הקדומה, אין ענינים כלליים. דער צווייטער טאָג איז אין דיבור.
שאלה: מהו ענינים כלליים?
תשובה: עס זיינען דאָ ענינים וואָס 160אָדער מען דאַרף ניט קיין ביאור, אָדער עס העלפט ניט קיין ביאור. בכלל איז אפילו אַ נשמה פרטיות האָט אויך ענינים כלליים, בפרט אַ נשמה כללית ובפרטי פרטיות אַ נשיא בישראל.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען דעם ראש השנה'דיגען מאמר די צווייטע נאַכט ר"ה נאָך מעריב2. און האָט געזאָגט דעם טעם אויף דעם: מען דאַרף אַז דער דיבור הרשות אין דער המשכה חדשה זאָל זיין אין תורה און חסידות, הגברת הצורה עצמית על החומר און ווערען אַ כלי צו עבודה פנימיות3.
ב. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיינען געווען פיר סדרים א) דער סדר פון יום א' דר"ה, ב) דער סדר פון צווייטען טאָג ר"ה ביז יוהכ"פ, ג) דער סדר פון די ד' ימים בין יוכ"פ לסוכות, און ד) דער סדר פון די ימי חג הסוכות.
במשך די זמנים פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערמאָנען יעדען טאָג, אַ סיפור, אַ וואָרט אָדער אַ הנהגה פון רשב"י, האריז"ל, הבעש"ט, המגיד ממעזריטש, און ביחוד פון הוד כ"ק רבנו הזקן און הוד כ"ק רבותינו הק' זי"ע4.
יעדער וואָרט אָדער סיפור איז געווען אַ אור מקורי וחיוני.
ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז ביי דעם אַלטן רבי'ן איז געווען אַ זמן, וואָס ער האָט געזאָגט תורות אין "ווערטער"5.
איינמאָל האָט דער אַלטער רבי געזאָגט אַ תורה: כי נר מצוה ותורה אור6, כי נר מצוה אַ מצוה איז אַ ליכט, זי בעלייכט דעם גאַנצען גשמי, ותורה אור, אור היום.
ושאלתי אז את הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: אין אַ קורצען וואָרט קען מען דאָך האָבען אַ טעות?
וענה לי:
אַז מען טשעפּעט זיך אָן אין אמת, האָט מען ניט קיין טעות, דוק ותשכח.
ושאלתי עוד: ווי אַזוי?
וענה לי:
די ערשטע זאַך לייג "עם" אַוועק. "איך בין אַ משכיל", "איך בין אַ עובד", מען דאַרף אַוועקלייגען דעם "איך".
ד. בעת מיין בר מצוה7 האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאַרבראַכט8 יעדען טאָג מיט חסידים במשך אַ גאַנצע וואָך9.
161הרי"מ מפּאָלטאַווא10 האָט דאַמאָלסט אין איינע פון די פאַרבריינגענס געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַז מען האָט נאָך ניט פאנאַנדערגענומען די אותיות פון חסידות.
האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:
דאָס קען מען ניט זאָגן, יעדער דאַרף זאָגן נאָך זיין הרגש והשגה. וואָס מען קען יע זאָגן איז, אַז עס האָט נאָך ניט דערנומען.
ולקח הרי"מ כוס משקה ובכה ואמר: אַזוי לאַנג געהאָרעוועט.
און אַזוי ווי רשב"ץ11 פלעגט מיר זאָגען, בעת ער האָט מיט מיר אָנגעהויבען לערנען: אַז מען לערנט חסידות, אָבער אין עניני עבודה — לא פגע ולא נגע12.
ה. מ'קען זאָגען: אַ ליכטיגן ג"ע זאָל האָבען מיין מלמד ר' ניסן13, ער האָט מיר מסביר געווען קליינערהייט אַ פולע ענינים. איך האָב געהערט, אָבער נאָך ניט געווען שייך צו פאַרשטיין, און ר' ניסן פלעגט מיר מסביר זיין אויף דעם וואָס איך האָב געהערט תילי תילים14.
ו. דער עלטער זיידע פון ר' ניסן15 און דער זיידע פון המלמד ר' יקותיאל16 זיינען געווען, די צוויי זקנים מלמדים ביי דעם אַלטן רבי'ן אין הויז17.
עס איז ידוע די מעשה18, וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט צו איינעם פון זיי: איך וויל מיט דיר בייטען אַ מצוה פאַר אַ מצוה.
דער אַלטער רבי האָט דאַן געזאָגט: איך גיב דיר לחם, וואָס דאָס איז פנימית, און דו זאָלסט אויך געבען אין אַ פנימית.
ז. קומענדיג פון מעזריטש האָט דער אַלטער רבי געזאָגט19, אַז דאָרט האָט ער גענומען די מעלה פון אַ חסיד, חסיד העכער פון אַ צדיק. דער טאַטע20 איז געווען אַ צדיק, ער איז דאָך געווען דעם בעל שם'ס אַ מענטש21.
איידער מען האָט געוואוסט אַז די פשיטות פון אַ איש פשוט איז די פשיטות העצמות22, בין איך אויך געווען אריינגעשטעלט אויף דעם סדר פון אַ צדיק, אַז איך בין געקומען אין מעזריטש האָב איך דערהערט די מעלה פון אַ חסיד.
ח. די עבודה איז אין דער הארת הנשמה שבגוף, אָבער עס איז פועל אין עצם הנשמה23. הנשמה עצמה אינה צרי 162כה תיקון24, אָבער אור דאַרף זי; דער עונג איז, אַז די הארת הנשמה שבגוף זאָל דערהערן דעם עצם הנשמה.
אָבער דער עונג פון עצם הנשמה איז, אַז זי דערהערט די הפלאה פון די עבודה פון הארת הנשמה שבגוף.
הערות
עמוד 159
- 1. ראה גם שיחת ליל א' דר"ה שנה זו הערה 3.
עמוד 160
- 2. ראה גם רשימת היומן — תשרי תרצ"ה (חוב' יג סי' 12). לקמן ע' 273. "התמים" חוברת ד ע' פו [רח, ב] ואילך — "מזכרונותיו של אחד התמימים" מחודש תשרי תר"ס.
- 3. ראה שיחת ליל ב' דר"ה תש"ט (לקמן ע' 274). ע"ד המאמר ביום ב' דר"ה — ראה ספר השיחות תש"ד ע' 11. תש"ה ע' 10. וראה אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ד ע' תצח.
- 4. ראה — ע"ד המנהג להזכיר את רבותינו נשיאינו בליל ב' דר"ה — ספר השיחות תש"ד ע' 3. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' תסט הערה 4. ובשיחת יום ב' דר"ה תשד"מ נתחדש להזכיר את האריז"ל (הטעם לזה — ראה בשיחה הנ"ל). ובשיחת ליל ב' דר"ה תשמ"ה: "ונוסף לזה, נהוג להזכיר ענין מתורתם של כאו"א מרבותינו נשיאינו, ומכיון שמלבד החידושים של כל נשיא ונשיא. . ישנו גם הענין ד"יתפרנסון מיני'", בנוגע תורת הקבלה — נמצא, שע"י הזכרת ענין מתורתם מזכירים גם את האריז"ל ורשב"י".
- 5. ראה גם שיחת ליל שש"פ תש"ז (לעיל ע' 111).
- 6. משלי ו, כג.
- 7. י"ב תמוז תרנ"ג.
- 8. שיחות ורשימות מהברמצוה — ראה קונטרס בר מצוה תרנ"ג (קה"ת, תש"ס).
- 9. ראה קונטרס הנ"ל ע' כ ואילך. אגרות-קודש ח"ט ע' שסו.
עמוד 161
- 10. ראה אודותו לעיל ע' 11.
- 11. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
- 12. ראה גם לעיל ע' 24. לקמן ע' 329. ע' 332.
- 13. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
- 14. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ש תש"ז ס"א (לעיל ע' 128).
- 15. ראה רשימת היומן של רבינו מיום א', כ' אייר תרנ"ו (לקו"ד ח"ג תקכח, ב ואילך). ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 69. לעיל ע' 43.
- 16. ראה ספר השיחות שם ע' 161.
- 17. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 111; ע' 119 (ושם, שחותנו של ר' יקותיאל הי' מלמד בליאַדי אשר רבינו הזקן למדו איך ללמוד ה"אלף בית" עם ילדים).
- 18. ראה שיחת י"ג תמוז תרצ"ב. "היום יום" ח אדר א. אגרות-קודש ח"ב ע' תצא. ח"ג ע' שט. ספר השיחות שם. רשימת חורף ה'שי"ת ס"ז (לקמן ע' 395) — ושם, שהי' זה זקנו של ר' דובער ב"ר פסח מלמד.
- 19. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 20. ר' ברוך, אביו של אדמו"ר הזקן.
- 21. ראה גם שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
- 22. ראה לעיל ע' 3. וש"נ.
- 23. ראה סה"מ תרפ"ד ע' ד. תש"ט ע' ו.
עמוד 162
מצוטט ב־5 עמודים
תורת מנחם 5
- יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דראש השנה ה'תשט"ו. סה"ש תש"ח ע' 160
- יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ח ע' 161
- לה - שנת תשכ"ג - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה, ה'תשכ"ג סה"ש תש"ח ע' 161
- נח - שנת תש"ל - חלק ראשון ‹ ר"ד בעת הסעודות דראש השנה, ה'תש"ל סה"ש תש"ח ע' 159
- סו - שנת תשל"ב - חלק ראשון ‹ שיחת יום ב' דראש השנה, ה'תשל"ב סה"ש תש"ח ע' 160

