ליל ב' דחג הסוכות תש"ז
64ליל ב' דחג הסוכות תש"ז
א. מיין חינוך הפרטי האָט זיך אָנגעהויבען פון פינף יאָר, בשנת תרמ"ו1. דער טאַטע פלעגט דאַן ביי מיר פרעגן: "וואָס געדענקסטו"?2 איינמאָל האָט ער מיר אַריינגענומען אין גרויסן זאָל און געפרעגט: "וואָס געדענקסטו"? האָב איך געענטפערט: איך געדיינק אַ שיינעם אידן, אַ דיקן, מיט אַ באָרד, אין איין זייט אַ שפּיטץ3. האָט דער טאַטע מיר געזאָגט: דאָס איז געווען דער זיידע 65(מהר"ש נ"ע). איך געדיינק אַ רעש אין שטוב, און איך האָב געפרעגט: וואו איז דער זיידע, דער מענטש וואָס האָט מיר געהאַלטן האָט מיר אַוועקגעשטעלט אויפ'ן פענסטער, האָב איך געזען אַ גרויסן עולם, אַ עם רב, אויפן הויף4. נאָכדעם פלעג איך זען, אַז דער טאַטע דאַוונט אין דעם זאַל וואו דער זיידע פלעגט זיצן.
איך5 פלעג ליב האָבן זיך צו שפּילן אין דעם זאָל וואו דער זיידע (מהר"ש נ"ע) פלעגט זיין. אין דעם חדר איז געווען: 3 גרויסע קרעסלעס (טשעירס) אויסגעבעט מיט געוואַנט6, מען פלעגט זיי רופן וואַגאָנגע קרעסלעס (כסאות רחבים); אַ קיילעכדיגער טיש; איבערן טיש, אַ גרויסע לאָמפּע — אַ גלעזערנע הענג לייכטער, מיט אַ סאַך ליכט; ביים זייט, אַ שרייב טיש. אַז איך פלעג קומען צו דער באָבען (הרבנית רבקה אשת מהר"ש נ"ע) פלעג איך זיך שפּילן אין זיידענס זאל, אַרויפקריכן אויף די קרעסלעס און אַראָפּלויפן.
איינמאָל7 זע איך ווי דער טאַטע גייט אַריין8, זייער ערענסט, אָנגעטאָן אין גאַרטל — בכלל האָב איך אָנגעהויבן האָבן אַ אַנדער דרך ארץ פאַר'ן טאַטן, איך האָב באַמערקט אַז עס איז אַ אַנדער טאַטע — גייט צו צום טיש אַנטקעגן איבער דעם זיידענס (מהר"ש נ"ע) קרעסלע (טשעיר). האָב איך זיך דערשראָקן און זיך באַהאַלטן אין איינע פון די קרעסלעס און געוואָלט זען וואָס דער טאַטע טוט. ערשט איך זע, דער טאַטע בויגט זיך אַריבער איבער'ן טיש בהרכנת הראש, און מיט אַמאָל האָב איך דערהערט אַ כליפען ווי דער טאַטע וויינט, האָב איך זיך דאָך דערשראָקן — דער טאַטע וויינט! דאָס האָט גענומען אַ שטיקעל צייט, נאָכדעם איז דער טאַטע אַרויס הינטערוויילעכטס פון חדר, האָב איך געזען דעם טאַטענס פנים אינגאַנצען אַ פאַרוויינטע. אַז איך בין עלטער געוואָרען, האָט דער טאַטע מיר מבאר געווען וואָס דאָס אַלעס מיינט.
דאָס איז געווען אין יאָר תרמ"ו9. זומער תרמ"ז איז דער טאַטע אַוועקגעפאָרען10 און מיר איבערגעגעבן תחת השגחת המלמד ר' ניסן11. ר' ניסן האָט מיר דערציילט אַ סאַך סיפורים פון די רביים. אַז דער טאַטע איז צוריק געקומען אַהיים, האָט ער מחזיק טובה געווען ר' ניסן'ען פאַר די סיפורים וואָס ער האָט מיר דערציילט. אַז איך בין עלטער געוואָרן האָט מיר דער טאַטע געזאָגט: דו דאַרפסט מכיר טובה זיין ר' ניסן'ען, ער האָט דיר געשטעלט אויף די פיס, חסידישע פיס איז סיפורים, און דאָס גייט אין קאָפּ.
אַ צווייטן מאָל האָט דער טאַטע מיר געזאָגט, אַז דורך סיפורים איז מען 66ממשיך דעם עצם הנפש. דער עצם הנשמה איז דאָך בהתעלמות און די הארת הנשמה וואָס קומט אַראָפּ למטה איז בהתגלות, וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה שיורדת למטה וואָס איז בהתגלות פועל'ט אַ עילוי אין דעם עצם הנשמה למעלה. די הארת הנשמה טוט אַ טובה דעם עצם הנשמה, וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה דאָ למטה אין תומ"צ, איז אצילות מקנא עשי', די אורות דאצילות און דער עצם הנשמה איז מקנא די הארת הנשמה דאָ למטה. און דורך סיפורים איז מען מגלה דעם עצם הנשמה.
ב. יעדער נשמה אַז זי קומט אַראָפּ למטה, האָט זי מיט זיך אַ באַגאַזש, נאָר מען דאַרף דאָס פאַנאַנדערנעמען, אַז ניט בלייבט דאָס אין די טאָרבע פאַרמאַכט. עס איז טאַקע אַלץ דאָ, נאָר עס איז פאַרמאַכט אין די טאָרבע. מ'דאַרף פאַנאַנדערנעמען דעם באַגאַזש.
ג. שמחת בית השואבה פלעגט ביי דעם טאַטן זיך אָנהויבן פון די אַנדער נאַכט סוכות12, און אַזוי איז געווען אין אַלע דורות13. אַמאָל האָט מען פאַרבראַכט גאָר אויף אַ אַנדער אופן: מ'פלעגט זיצען אַ גאַנצע נאַכט ביז טאָג, דאַן פון די סוכה גיין אין וואַסער און ערשט אָנהויבן טראַכטן וועגן דאַוונען, און אָפּדאַוונען כ'ווייס ווען.
ר' ניסן דער מלמד האָט מיר דערציילט פון אַ פאַרבריינגען שמחת בית השואבה ביי דעם טאַטען, וואָס דער טאַטע האָט גערעדט דאַמאָלסט וועגען קריאת שמע שעל המטה, אַז ק"ש שעל המטה דאַרף מען אַ גאַנצע נאַכט, שלאָפן דאַרף מען ניט, בכלל אַ איד שלאָפט ניט. און האָט דאַמאָלסט גערעדט די גרויסע רחמנות אויף די נשמה בשעת מען שלאָפט, הגם עס שטייט דאָך אַז בעת השינה איז די נשמה עולה למעלה ושואבת רוח חיים14, איז דאָס נאָר וואָס זי "שעפּט אָן", אָבער דורך די עבודה אין מאַרק דאָ למטה "נעמט" זי עצמות.
ר' ניסן האָט געהאַט אַ חוש אין סיפורים, ער איז געווען אַ גרויסער מקבל פון מהר"ש נ"ע, און ער האָט געהאַט דעם חוש פון פאַרשרייבן אַלעס וואָס ער האָט געהערט ביי די פאַרבריינגענס. אַז איך פלעג אים אַמאָל פרעגן אַ ביאור אויף אַ סיפור, פלעגט ער ענטפערן15: דו הער די מעשה, אַז דו וועסט עלטער ווערען וועסטו פאַרשטיין16.
ד. די מאַמע17 איז געווען אַ למדנית, אַז איך האָב געלערנט ביי דעם דריטן מלמד ר' שמשון18 — תנ"ך, פלעגט די מאַמע מיט מיר חזר'ן די קאַפּיטלעך נ"ך.
67פון פינף יאָר פלעגט דער טאַטע מיר נעמען צו אַלע פאַרבריינגענס, ביי די פאַרבריינגענס שמחת בית השואבה פלעג איך זיצען אין סוכה, און אַמאָל איינשלאָפען.
איינמאָל19 איז די מאַמע אַריינגעקומען אין סוכה און מיר געוואָלט אַרויסנעמען, ווייל איך בין איינגעשלאָפען. האָט דער טאַטע ניט געלאָזען און געזאָגט: זאָל ער דאָ שלאָפן. האָט די מאַמע זיך אָנגערופען: אָט דאָס איז דער "כרחם אב על בנים"20? — עס שטייט ניט "אם" נאָר "אב"! ענטפערט דער טאַטע, יע, אָט דאָס איז טאַקע דער "כרחם אב על בנים". רופט זיך אָן די מאַמע: עס איז דאָ קאַלט (אז הי' קור ורוחות נושבות) ער קען זיך חלילה פאַרקילען. ואמר אאמו"ר: ער וועט זיך ניט פאַרקילען, זאָל ער שלאָפן צווישען חסידים, ער וועט זיך ניט פאַרקילן, ער וועט זיך אָנוואַרעמען, און די וואַרימקייט וועט סטייען אויף דורי דורות.
וסיים אדמו"ר שליט"א: אָט דאָס הייסט מס"נ אויף חינוך.
הערות
עמוד 64
- 1. ראה שיחת יג תמוז תש"ט סי"ז. שיחת שמח"ת ה'שי"ת ס"ג (לקמן ע' 336. ע' 378).
- 2. ראה גם שיחת ליל אחש"פ תש"ו (לעיל ע' 41). וש"נ.
- 3. ראה רשימת היומן סיוןמנ"א תרצ"ב ("רשימות" חוברת קכב ע' 4).
עמוד 65
- 4. כנראה הכוונה להלוויתו של אדמו"ר מהר"ש.
- 5. בהבא לקמן — ראה ספר השיחות תש"ד ע' 6 ואילך.
- 6. מרופדים.
- 7. בהבא לקמן — ראה ספר השיחות שם ע' 9. סה"מ תר"פתרפ"א ע' י. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 30. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 262. רשימת היומן משנת תרצ"ב ("רשימות" חוברת קפד ע' 8). לקו"ש חל"ב ע' 24 ואילך.
- 8. לחדר אביו כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
- 9. בסה"מ תר"פתרפ"א שם: "זה הי' בערך בשנת מ"ה או מ"ו". וראה ספר השיחות תש"ד שם.
- 10. ראה רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 241.
- 11. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
עמוד 66
- 12. ראה אגרות-קודש ח"ו ע' רסט. ספר השיחות תש"ד ע' 18. וראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 12. לקמן ע' 168. וראה ספר השיחות תרצ"א ע' 148.
- 13. ראה ספר השיחות תש"ג ס"ע 10 ואילך. וראה לקו"ש חכ"ד ע' 247 (ועוד), דבזמן הזה מתחילה שמחת בית השואבה — בכמה ענינים — כבר בלילה הראשון של חג הסוכות.
- 14. ראה ב"ר פי"ד, ט.
- 15. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ש תש"ז (לקמן ע' 128).
- 16. ראה שיחת ליל א' דחה"ש תש"ט (לקמן ע' 328).
- 17. הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה. ראה אודותה לעיל ע' 21. וש"נ.
- 18. ראה אודותו רשימת: ה' טבת תרנ"ב (סה"מ תשי"א ס"ע 301 ואילך); חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 394). ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 29. 161. שיחת י"ט כסלו וליל שש"פ שנה זו. י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 89. ע' 109. ע' 239).
עמוד 67
- 19. ראה גם שיחת יום שמח"ת תש"ט. יום ב' דחה"ס ה'שי"ת (לקמן ע' 286. ע' 369).
- 20. ע"פ תהלים קג, יג.
בראשית רבה י״ד:ט׳ - הטקסט מספריא
חֲמִשָּׁה שֵׁמוֹת נִקְרְאוּ לָהּ: נֶפֶשׁ, רוּחַ, נְשָׁמָה, יְחִידָה, חַיָּה. נֶפֶשׁ, זֶה הַדָּם, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים יב, כג): כִּי הַדָּם הוּא הַנֶּפֶשׁ. רוּחַ, שֶׁהִיא עוֹלָה וְיוֹרֶדֶת, שֶׁנֶּאֱמַר (קהלת ג, כא): מִי יוֹדֵעַ רוּחַ בְּנֵי אָדָם הָעוֹלָה הִיא לְמַעְלָה. נְשָׁמָה, זוֹ הָאוֹפִיָּא, דִּבְרִיָּתָא אָמְרִין הָאוֹפִיתָא טָבָא. חַיָּה, שֶׁכָּל הָאֵבָרִים מֵתִים וְהִיא חַיָּה בַּגּוּף. יְחִידָה, שֶׁכָּל הָאֵבָרִים מִשְׁנַיִם שְׁנַיִם, וְהִיא יְחִידָה בַּגּוּף. הֲדָא הוּא דִכְתִיב (איוב לד, יד): אִם יָשִׂים אֵלָיו לִבּוֹ רוּחוֹ וְנִשְׁמָתוֹ אֵלָיו יֶאֱסֹף, רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בַּר נְחֶמְיָה וְרַבָּנָן, רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בַּר נְחֶמְיָה אָמַר אִם יָשִׂים אֱלֹהִים לִבּוֹ עַל הָאָדָם הַזֶּה, רוּחוֹ כְּבָר הָיָה בְּיָדוֹ (שנאמר): וְנִשְׁמָתוֹ אֵלָיו יֶאֱסֹף בְּגוּפוֹ כְּבָר יִגְוַע כָּל אָדָם, אֶלָּא בְּשָׁעָה שֶׁאָדָם יָשֵׁן, נְשָׁמָה מְחַמֶּמֶת אֶת הַגּוּף שֶׁלֹא יִצְטַנֵּן וְיָמוּת. רַבָּנָן אוֹמְרִים אִם יָשִׂים אֱלֹהִים לִבּוֹ לָאָדָם הַזֶּה רוּחוֹ כְּבָר הוּא בְּיָדוֹ וְנִשְׁמָתוֹ אֵלָיו יֶאֱסֹף לְמַעְלָה כְּבָר יִגְוַע כָּל אָדָם יַחַד, אֶלָּא בְּשָׁעָה שֶׁאָדָם יָשֵׁן נְשָׁמָה מְחַמֶּמֶת הַגּוּף שֶׁלֹא יִצְטַנֵּן וְיָמוּת, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי כ, כז): נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם. רַבִּי בִּיסְנִי וְרַבִּי אַחָא וְרַבִּי יוֹחָנָן בְּשֵׁם רַבִּי מֵאִיר אוֹמְרִים, הַנְּשָׁמָה הַזּוֹ מְמַלְּאָה אֶת כָּל הַגּוּף, וּבְשָׁעָה שֶׁאָדָם יָשֵׁן הִיא עוֹלָה וְשׁוֹאֶבֶת לוֹ חַיִּים מִלְּמַעְלָה. רַבִּי לֵוִי בְּשֵׁם רַבִּי חֲנִינָא אָמַר, עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו): כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ.
מצוטט ב־2 עמודים
תורת מנחם 2
- ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ ב"ה סה"ש תש"ז ע' 64
- ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. ערב יום הכיפורים, ה'תשי"א סה"ש תש"ז ע' 64

