ט'תקסח

ט'תקסח

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איינע פון די עיקר-ענינים1 פון ראש-השנה איז – ווי עס איז שוין מערערע מאָל אונטערשטראָכן געוואָרן – וואָס דאָס איז די צייט פון דער הכתרה ("קרוינונג") פון דעם אויבערשטן, דעם מלך ישראל2 (קעניג פון די אידן) און מלך העולם (קעניג פון דער וועלט), וואָס דאָס3 איז פאַרבונדן מיט אונזער טיפער תפלה און פנימיות'דיקער4 בקשה (געבעט): מלוך על העולם כולו – "זיי אַ קעניג אויף דער גאַנצער וועלט!"

אַזאַ געבעט מיינט – אַ פולשטענדיגע גרייטקייט צו שטעלן זיך אין אַ צושטאַנד אין איינקלאַנג מיט דער ג-טלעכער קרוינונג. דאָס הייסט: אינגאַנצן צו אונטערוואַרפן זיך און איבערגעבן זיך צום מלך; ביז אַז די עצם מציאות5 פון דעם מענטשן און אַלץ וואָס ער האָט איז נאָר דעם מלך'ס. דאָס איז דער ענין פון קבלת עול מלכותו יתברך – "נעמען אויף זיך דעם יאָך פון ג-טלעכער מלכות", וואָס דריקט זיך אויס אין אַלע איינצלהייטן6 פון טאָג-טעגלעכן לעבן.

* * *

באמת איז יעדן טאָג דאַרף זיין און איז דאָ דער ענין פון קבלת עול מלכות שמים, ובפרט7 ווען מיר זאָגן קריאת-שמע. אָבער עס איז פאַראַן אַ גרונט-אונטערשייד: 8 אַלע טאָג איז דער ענין פון קבלת-עול דער אָנהייב און דער אונטערליגענדער יסוד פאַר דער אויפפירונג במשך פון דעם טאָג, אַז אַלע זיינע ענינים זאָלן געבויט ווערן אויף קבלת עול. אָבער ראש השנה איז די צייט ווען קבלת עול מלכותו איז דער ענין און אינהאַלט פון טאָג, זי ווערט אַנטפּלעקט און נעמט דורך די גאַנצע מציאות פונם מענטשן, אַזוי אַז ער ווערט אינגאַנצן בטל צו ג-טלעכקייט.

כדי9 אַז די קבלת עול זאָל זיין אַ פולשטענדיקע און אַן אמת'ע – מוז דער מענטש פריער מאַכן אַ חשבון צדק (אַ ריכטיגן חשבון) פון זיין אויפפירונג ביז יעצט – מיט אַ טיפן געפיל פון חרטה און תשובה אויף די זאַכן וואָס האָבן ניט געטויגט. און אַן אמת'ע תשובה וואַשט אַראָפּ דאָס ניט גוטע און מאַכט עם אהוב ונחמד קרוב וידיד 10 (באַליבט – באַם אויבערשטן – און אויסגעצייכנט אַ קרוב און אַ פריינד), ער איז ראוי און עס איז זיכער11 אַז דער אויבערשטער וועט אָננעמען זיין הכתרה און ערפילן זיין בקשה פון מלוך על העולם כולו.

* * *

יעדע תקופה און יעדער אָרט האָבן זייערע ספּעציעלע מעלות און ספּעציעלע שוועריקייטן,

אין אונזער תקופה הערשט אין פאַרשידענע קרייזן אַ דראַנג צו זעלבסט-שטענדיקייט און אומאָפּהענגיקייט, ניט נאָר אין מאַטעריעלע הינזיכטן נאָר אויך אין אידעאָלאָגישע: אַ דראַנג פון ניט וועלן זיך אונטערוואַרפן צו דער איינגעשטעלטער אָרדענונג, פון ניט אַנערקענען זאַכן איידער מען פאַרשטייט זיי פולשטענדיג מיטן אייגענעם שכל, אד"ג. דאָס איז לכאורה אַ שטער צו דעם ענין פון קבלת עול.

באַזונדערס אין אַזוינע מדינות וועלכע זיינען נאָך (פאַרהעלטניס-מעסיג) יונג און זיינען אויפגעבויט געוואָרן אויף דעם גרונט פון און דורך אייגן-איניציאַטיוו און ענערגיע, און וואו דער דאָזיגער גייסט כאַראַקטעריזירט די גאַנצע איינשטעלונג פונם פּערזענלעכן און געזעלשאַפטלעכן אַרט לעבן – מאַכט דאָס נאָך שווערער צו איינפּאַסן זיך אין די ראַמען פון קבלת עול.

ניט קוקנדיק אויף דעם אַלעם, האָבן מיר דאָך דעם כלל, 12 אַז דער אויבערשטער פאָדערט ניט פון אַ מענטשן זאַכן וואָס זיינען איבער זיינע כוחות. איז וויבאַלד אַז קבלת עול מלכותו יתברך איז דער אינערלעכער אינהאַלט פון ראש השנה (און דער גרונט פאַר אַלע מעשים פון אַ גאַנץ יאָר) און דאָס איז גילטיג פאַר אַלע צייטן און ערטער, איז דאָך זיכער, אַז אויך אין אונזערע צייטן און אין די דערמאָנטע מדינות איז מעגלעך און מען מוז צוקומען צו אַ פולשטענדיגער קבלת עול מלכותו.

אין דער אמת'ן איז אויך דאָ אַ ספּעציעלע מעלה13 אין דעם – דוקא אין אונזער צייט און אין די דערמאָנטע מדינות: אַ מענטש וואָס איז ניט איינגעשטעלט אויסשליסלעך אויף זעלבסטשטענדיקייט, נאָר אַמאָל אַזוי און אַמאָל – פאַרקערט, איז ווען ער נעמט אָן אַן ענין פון קבלת עול, איז דאָס באַ אים ניט אַזוי גרינטלעך אָפּגעלעגט, וואָרום עס איז באַ אים קיין נייעס ניט חרטה צו האָבן און צו בייטן זיין שטעלונג. דאַגעגן אָבער אַזאַ וואָס איז ניט געוואוינט צו אונטערוואַרפן זיך און איז אומאָפּהענגיק אין זיין געדאַנקן-גאַנג, איז ווען ער קומט צו דער איבערצייגונג אַז ער מוז אַנערקענען אַ העכערע אויטאָריטעט, נעמט עס אים דורך טיפער און גרינטלעכער, און ער געפינט די שטאַרקייט צו איבערשטעלן זיך אינגאַנצן און אויף שטענדיג .

און דאָס דריקט זיך אויס באַ אים ניט נאָר אין געפיל און פאַרשטאַנד, נאָר אויך אין זיין מחשבה, דיבור און מעשה (טראַכטן, רייד און טאַט), ביז צום קלענסטן פרט. ואדרבה, וויבאַלד אַז דער גרעסטער טייל פון טאָג איז אָנגעפילט מיט מעשים און דיבורים, דריקט זיך דער קבלת עול מלכותו אויס בעיקר אין זיין ריידן און טאָן, אין דעם קיום פון די מצוות מעשיות און אין אַלע פרטים פון זיין טאָג-טעגלעכער אויפפירונג.

גלייכצייטיג ברענגט עס אים צו אַ מער14 ערנסטן און ענערגישן מקיים זיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך , ספּעציעל בנוגע קבלת עול מלכותו יתברך: צו ווירקן אויף אַ צווייטן אידן, אויף מערערע אידן15 אַז16 זיי זאָלן מקבל זיין עול מלכותו און אַז אויך באַ זיי זאָל עס ניט בלייבן בלויז אין שכל און געפיל, נאָר זאָל זיך אויך אויסדריקן אין מחשבה, דיבור און מעשה אין טאָג-טעגלעכן לעבן.

* * *

ויהי רצון אַז די קבלת עול מלכותו יתברך זאָל גלייך בריינגען דעם קבל ברחמים וברצון את תפלתנו (אָננעמען מיט רחמים און וויליג אונזערע תפילות) און אבינו מלכנו זאָל געבן יעדן איינעם און איינע, בתוך כלל ישראל, אַ שנה טובה ומתוקה אין אַלע הינזיכטן, בטוב הנראה והנגלה – מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

מנחם שניאורסאהן

הערות

  1. 1. עיקר ענינים פון ראש השנה . . הכתרה: כדמוכח מהבקשה בכל תפלות ר"ה (משא"כ זכרונות ושופרות) מלוך על העולם, והחתימה (וכן בקידוש) מלך על כל הארץ. ובפירש"י (במחזור וויטרי) דאומרים המלך הקדוש (וגם בערבית) לפי שאמר הקב"ה המליכוני עליכם בר"ה כדכתיב אני ה"א וסמיך לי' בחודש הז'. ולכן גם תק"ש שהיא מצות היום "הענין הראשון" שבזה הוא ש"אנו ממליכין עלינו את הבורא" (רס"ג. הובא באבודרהם). וראה סי' האריז"ל, פע"ח וכו' בענין ר"ה.
  2. 2. מלך ישראל: וכנ"ל שתמליכוני עליכם , ועל ידם (ותפלתם מלוך על העולם כולו) מלך העולם (עיין לקו"ת דברים מא, ד. נו, ג. ועוד).
  3. 3. דאָס איז פאַרבונדן מיט אונזער . . בקשה: להעיר גם מר"ה (טז, א): אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם. לקו"ת דברים נו, ג. ובכ"מ.
  4. 4. טיפער . . פנימיות'דיקער: כמבואר בכ"מ בענין שה"מ ממעמקים גו' ובענין בקשו פני גו' – ושייכותם לר"ה (ולפני' ולאחרי').
  5. 5. די עצם מציאות . . דעם מלך'ס: ועפ"ז מובנים כמה מדיני המלך – עיין רמב"ם הל' מלכים (פ"ג ה"ח – פ"ד). ושם (פ"ג ה"ו): לבו הוא לב כל קהל ישראל. – ולהעיר מזח"ג ט'תקסח נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 450. רכא, ב. אגה"ק סל"א. שו"ת חכם צבי סי' עד (אבל בפסקי דינים להצ"צ חיו"ד סוס"מ הכריע כדעת החולקים עליו). ונסמן בדרכי תשובה ובניצוצי זוהר שם –. וברש"י חוקת (כא, כא) והוא מתנחומא: הנשיא הוא הכל. ראה לקו"ש ח"ד ע' 1050.
  6. 6. אַלע איינצלהייטן: להעיר מרמ"א ושו"ע רבנו הזקן חאו"ח ר"ס א': אין ישיבת האדם כו'.
  7. 7. ובפרט . . שמע: ברכות רפ"ב. וראה טושו"ע או"ח ר"ס סא.
  8. 8. אַ גרוט-אונטערשייד: עיין ד"ה עלה, תרצ"ט ס"ב. סד"ה שופר של, תש"ב. ובכ"מ. תניא רפמ"א.
  9. 9. כדי . . אַן אמת'ע . . תשובה: ראה רד"ה שה"מ ממעמקים, תש"ג; סד"ה טו"ט, תש"ג. ועוד.
  10. 10. אהוב ונחמד קרוב וידיד: רמב"ם הל' תשובה פ"ז, ה"ו. ועיין שם ה"ז דחשיב ג"כ ד' ענינים. ואכ"מ. עיין רמב"ם . . וברש"י חוקת : ראה גם לקו"ש חי"ט ע' 165 ואילך. סה"ש תשמ"ח ח"א ע' 222. וש"נ. ואכ"מ : ראה גם לקו"ש ח"כ ע' 92-93, ובהערות שם.
  11. 11. עס איז זיכער: ברמב"ם שם: צועק ונענה מיד שנאמר והי' טרם יקראו ואני אענה.
  12. 12. דעם כלל: איני מבקש אלא לפי כחן (תנחומא נשא יא. במדב"ר פי"ב, ג). ולהעיר ג"כ מע"ז (ג, א): אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. וסברא היא. ראה רמב"ם הל' תשובה רפ"ה.
  13. 13. אַ ספּעציעלע מעלה: להעיר מביצה (כה, ב) מפני כו' עזין (בחדא"ג שם). ב"מ (פד, א) חילך לאורייתא.
  14. 14. מער . . כמוך: ע"ד משנ"ת באגה"ק ר"ס יב.
  15. 15. אויף מערערע אידן: שהרי השפעה וקיום עוד נפש אחת מישראל – ה"ז השפעה וקיום עוד עולם מלא (סנה' פ"ד, מ"ה), ובזח"א (רח, סע"ב): כל מאן דקיים נפשא בעלמא זכי לי' חיים.
  16. 16. ואהבת לרעך כמוך : קדושים יט, יח.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.