יט­כ כסלו, ה'שי"ת

382יטכ כסלו, ה'שי"ת1

א. אין דער הדרכה פון דרכי החסידים איז דאָ ב' אופני עבודה2.

תחלת הכל איז עבודה, יעדע זאַך איז 383ע"י עבודה דוקא. ביי חסידים איז ניטאָ סתם אַזוי3.

ביי דער וועלט איז דאָ אַן עילוי, אַ מופלג, עס פאַנגט זיך אָן פון אמצע, אַלץ ווייסט ער, ער האַלט שוין אינמיטען.

ביי חסידים פאנגט זיך אָן פון אלף, און נאָך מער, פאַר דעם אלף.

אין אַ ספר תורה זיינען דאָ די ד' שיטין פנויות, דער חלק, די לבנונית, דאָס איז דער למעלה מהשכל4, מען מיינט ניט אַז עס איז ניט קיין שכל, עס איז שכל עצמי העכער פון שכל גלוי5, עס דאַרף האָבען שרטוט, דאָס הייסט, אַז מען דאַרף6, עס איז דאָ וואָס צו שרייבען נאָר מען קען ניט שרייבען. עס איז העכער פון התלבשות אין אותיות.

דאָס איז אַ יסוד מוסד אין תורה.

אַ איד איז אַ ספר תורה. די פשיטות פון אַ אידען איז פשיטות העצמי, דער ביטול העצמי. אַ איש פשוט — טוט. ער ווייס ניט פאַרוואָס, ער טראַכט ניט, ער טוט. דאָס איז די פשיטות העצמי, די נקודה עצמית פון אַ איד, דאָס פּינטעלע איד.

ב. מיט צענדליגע יאָהרען צוריק האָב איך געהערט אַ ביאור והסבר פון דעם ענין, אַז דער רבי — אדמו"ר הזקן — איז די נקודה התחתונה פון סגול7. עס איז דאָ אין דעם אַ סיפור ארוך.

דער בעש"ט האָט געזעהן די מעלה פון אנשים פשוטים, ביי די אנשים פשוטים איז די פשיטות העצמות8. דאָס איז די נקודת הסגול פון צד ימין וואָס ימין איז חסד.

דער מגיד האָט געוואָלט אַז עס זאָל נתגלה ווערן די נקודה פנימית ועצמית. דער מגיד האָט זיך פאַרנומען מיט די בני תורה אידען, בעלי השגה והבנה, דאָס איז די נקודה שמאלית פון סגול.

דער רבי — אדמו"ר הזקן — האָט זיי געמאַכט פאַר כלים עס זאָל קענען נתגלה ווערען די נקודה פנימית ועצמית.

דער רבי האָט ניט געקענט צוזעהן דעם רחמנות פון די אנשים פשוטים.

אט דאָס9 וואָס דער בעש"ט האָט מחדש געווען און דער מגיד האָט מגלה געווען האָט דער רבי ממשיך געווען און געמאַכט פאַר כלים, דורך וואָס עס זאָל קענען ביי יעדען נתגלה ווערען די נקודה פנימית ועצמית, די פשיטות העצמות.

384דער רבי מיט זיין מסירת נפש10. זיין מסירת נפש בגופו, דעם רבי'נס גוף, אַ מסירת נפש'דיגער גוף. דער גוף פון אדם הראשון איז געווען גרויס11. אָבער דאָס איז געווען אַ מתנה מלמעלה. דער רבי — האָט דערגרייכט על ידי עבודה.

דער מסירת נפש פון רבי'ן און דער מסירת נפש פון די רביים האָבען פועל געווען אַז מען זאָל קענען מגלה זיין די פשיטות העצמות.

ג. אין די סוכות'דיגע שיחות בריינגט זיך אַ וואָרט וואָס מען קלאָגט זיך, אַי, פאַרוואָס דאַווענט זיך ניט.

— בדרך כלל רעדט מען דאָך קיצור'דיג. —

אַמאָליגע יאָהרען, מיט 55 יאָהר צוריק, איידער איר זייט געבאָרען געוואָרען, מען קען ניט זאָגען איידער איר זייט געוואָרען חסידים, האָבען חסידים געמאָנט פאַרוואָס זיי האָבען ניט קיין חיות אין דאַוונען. נאָך מער: פאַרוואָס דאַווענט זיך ניט.

— עס איז דאַן געווען אין די זמנים וואָס די נשיאות פון כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז נאָך ניט געווען בהתגלות, האָבען זיי ניט געזאָגט דעם וואָרט רבי —.

איך געדענק די זקני החסידים וואָס פלעגען דאַוונען, פלעגען טאָן אין עבודת התפלה, זיי האָבען געהערט און האָבען געפאָלגט.

עס איז געווען זמנים וואָס דער דאַוונען איז געווען בחפזון'דיג, מען האָט געזוכט טיפע ענינים אין חסידות, לקוטי תורה האָט מען ניט געלערנט: וואָס פאַר אַ נייעס איז דאָרט דאָ, די עיין'ס האָט מען ניט געוואוסט, די קליינע ווערטעלאַך האָט מען ניט פאַרשטאַנען, און אינעווייניג — וואָס שטייט דאָרטען אהבה און יראה, האָט מען דאָס ניט געלערנט, מ'האָט געלערענט תורת חיים געזוכט טיפע השכלות וביאורים.

אָבער די זקני החסידים האָבען געדאַוונט. איך געדיינק פשוט'ע אידען, קאַשע אידען, קוגעל אידען, וואָס האָבען געדאַוונט, בן ציון12 און יוסף מרדכי13 אין ליובאַוויטש.

ער איז געווען גרויס אין גשמיות בליטות'דיג בגופו, און האָט געדאַוונט. מאָנטאָג און דאָנערשטאָג איז ניט געווען גלייך צום דאַוונען זונטאָג, ווען ער פלעגט זאָגן והוא רחום — פלעגען צוויי שורות טרערען זיך גיסען איבער די באַקען.

עס איז באַ מיר אַ ספק קרוב לוודאי אַז ער האָט ניט געוואוסט דעם פירוש המילות און ווער רעדט נאָך אין די געדיכטע — אָבער ער האָט געדאַוונט.

דער קרעכץ פון והוא רחום האָט מיך באַגלייט צענדליגע יאָהרען.

ד. אַי, די אַמאָליגע קליינע שטעטעלאַך, מען ווייסט גאָרניט דעם גרויסען היזק וואָס מיר האָבען, דערפון, וואָס מיר האָבען זיי פאַרלאָרען.

אַמאָל איז דער פשוט'ער איד געווען אַ אַנדערער, אפילו דער עולם'שער איד איז געווען אַ אַנדערער.

385ה. מ'דאַרף דאַוונען14 גרויסע עשירים זיינען מיר ניט, מען זאָל זיך קענען פאַרגינען אַסאַך, אָבער לכל הפחות איינמאָל אין וואָך דאַרף מען עבודת התפלה.

עס דאַרף זיין דער פאַר'ן דאַוונען, דער דאַוונען, און נאָכן דאַוונען, עס איז טאַקע דאָ מניעות פון געזונד, פרנסה, און מען דאַרף טאַקע בעטען דעם אויבערשטען אויף דעם אויך, און ער דאַרף טאַקע געבען. איך וויל אים ניט פאַרענטפערען. און זאָל טאַקע השי"ת געבען אַלע אידען פרנסה בהרחבה והרוחה ובמנוחה, אָבער עס מוז דאָך זיין עפּעס, אַ ביסעלע, דער בכן. חאָטש איין מאָל אין וואָך עבודת התפלה, וועט שוין ממילא ווערען אויס מניעות, און עס וועט זיין געזונד, פרנסה.

ו. אַמאָליגע חסידים זיינען געווען בעלי כח, תקיפים, זיי האָבען געקענט אַראָפּבריינגען אַ החלטה אין אַ בפועל.

אַ אַמאָליגער פאַרבריינגען האָט פועל געווען. דאָס איז געווען סקראָבען, קראַצען, מיט הייסע און קאַלטע, דער זאָגער איז געווען צובראָכען בינו לבין עצמו, דער הערער איז געווען צובראָכען פון די צובראָכענקייט פון דעם זאָגער.

היינט — זאָגעריי איז דאָ, אָבער ניט דער זאָגער איז צובראָכען און ניט דער הערער, מען דערהערט נאָר דעם שטאָך.

עס דאַרף זיין מיט תקיפות, האַרטע ווערטער מיט אַ שטאָך, אָבער מיט דעם שטאָך צו זיך, עס מוז זיין מדות חסידות.

ז. אַמאָל פלעגט מען זאָגען אַז דערפאַר איז עס ניט פועל ווייל מען זאָגט השכלה'דיגע מאמרים, וואָס באמת איז השכלה פון חסידות איז דאָך מטהר די כלי.

ח. ירוד ירדנו, מען האָט אַוועקגעפירט דעם חסיד'ישען וואָגען אין אַנדערע מקומות.

ט. מיר איז זעהר טוט וויי, חוץ פון מיינע אייגענע יסורים, איז די יסורים פון דעם וואָס מען רעדט און עס פועל'ט ניט, און מען טוט ניט אין עבודת התפלה, איך פאַרשטיי ניט פאַרוואָס דאָס איז אַזוי.

י. אַז ער לערנט אַ השכלה מאמר מיינט ער אַז ער רייט אויפן פערד. אויף וועמעס פערד — אויף יענעמס פערד. זיין פערד וואַקסט.

יא. אין צמיחה זעהען מיר, ווען קען זיין צמיחה, ווען מען לייגט אַריין דעם קערענדל אין דער ערד. עס מוז אָבער זיין עפר תיחוח, צוריבענע ערד — צואַקערטע ערד — עפר מלמטה ועפר מלמעלה. עס דאַרף ניט זיין ג' אמות טיף, אָבער עס מוז זיין אין ערד, און אַז מען גיסט אַרויף וואַסער, דאָס איז מעורר דעם כח הצומח און דאַן איז די צמיחה.

דער עפר תיחוח דאָס איז צורייבען זיך, דורך עבודה.

אַז עס זאָל זיין אַ צמיחה דאַרף ניט זיין טיף. די טיפקייט דאָס איז ניט זיין עסק. אויף דעם דאַרף ער ניט האָרעווען, און אויך ניט אויף דער צמיחה, עס דאַרף זיין אָבער עפר תיחוח צו רייבען זיך און דאָס בריינגט די צמיחה15.

יב. אַ שורה תניא, אפילו אַ האַלבע שורה, אַ סליק ענינא, אָבער עס זאָל דערגיין צום האַרצען, די האַרץ זאָל 386אַרויפבריינגען צום קאָפּ, עס זאָל אַראָפּקומען אין אַ בפועל.

יג. מען דאַרף וויסען ווי אויסצונוצען די מעלות וואָס יעדער האָט. אַזוי ווי מען דאַרף וויסען די חסרונות, אַזוי דאַרף מען וויסען די אייגענע מעלות. אויך די מעלות וואָס מען האָט ניט.

יד. חסידות האָט מעשיר געווען דעם כח הציור. כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אין פינף ווערטער אַוועקגעשטעלט די זאַך אַ לעבעדיגע.

טו. יעדער דאַרף זיך מאַכען אַ קביעות לכל הפחות איין מאָל אין וואָך איבערטראַכטען אַ יחידות, ובפרט ווען מען ליגט אין לעכער.

טז. חסידים דאַרפען זיין בעלי כח, אַראָפּבריינגען אַ החלטה אין אַ בפועל. אַ שלעכטע זאַך דאַרף ווערען אָפּגעשניטן אינגאַנצען, מער ניט האָבען צו טאָן דערמיט; אָבער אַ דבר טוב דאַרף מען כונס זיין, טיפער און טיפער, אמת'ער און נאָך אמת'ער.

יז. האָט רחמנות אויף זיך און הייבט אָן עבודת התפלה, און עס זאָל זיין דער פאַרן דאַוונען און נאָכן דאַוונען מיט אַ בפועל.

חי. מען קען זיך מצייר זיין דעם צער למעלה פון מניעת ההשפעה, ווען אַ טאַטע זעט ווי זיינע קינדער גייען אָפּגעריסען אָפּגעשליסען, און אַז מיט אַ פעים16 קען ער דאָס מתקן זיין און ער האָט ניט, ווי גרויס איז זיין צער. דאָס איז אַ גשמיות'דיגער טאַטע, און מכל שכן אבינו שבשמים אַז ער זעט די קינדער זיינען אָפּגעריסען אין לבושים פון תורה ומצות ווי גרויס איז זיין צער. און ווען מיר וועלען דאָס מתקן זיין וועט מען פאַרשאַפען אַ נחת רוח לאבינו שבשמים — מיר האָבען כחות פנימים ועצמיים דאָס מתקן צו זיין — וועט שוין ממילא זיין גוט אין גשמיות.

* * *

(כ"ק אדמו"ר שליט"א ציוה לנגן אַ הקדמה ניגון לפני הניגון של הד' בבות17, ואחר ניגונו של אדמו"ר הזקן אמר לנגן אַ פרייליכען ניגון. ניגנו ניע זשוריצי חלאָפּצי18, ואחר הניגון אמר כ"ק: דאָיעדעם, מיר וועלען דערפאָרען, וסיים בברכה:) השי"ת זאָל געבען עס זאָל זיין בהצלחה בגשמיות וברוחניות.

הערות

עמוד 382

  1. 1. נדפס בלקו"ד ח"ד תקעח, א. מועתק בזה לשון ה"פתח דבר" שם (תקעז, ב): י"טכ כסלו, ה'תש"י, איז געווען דער לעצטער מאָל, פאַר הסתלקות, וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ האָט פאַרבראַכט ברבים. די שיחות קודש פון דעם י"ט כסלו האָבען דערפאַר אַ באַזונדערע חשיבות פאַר יעדען פון אונז. די פאָרליגענדע חוברת וועלכע אַנטהאַלט די אויבענדערמאָנטע שיחות, (לויט רשימות פון די הערער) ווערט מטעם זה אַרויסגעגעבען אַלס ערשטע נאָך דער הסתלקות. . ווי אין די פריערדיגע אויסגאַבען פון "אוצר החסידים" זיינען אויך דאָ צוגעגעבען געוואָרען אייניגע מראי מקומות און הערות מהמו"ל. מנחם שניאורסאהן חי שבט השי"ת, ברוקלין, נ.י.
  2. 2. כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ האָט ניט מבאר געווען דאָ וואָס זיינען די צוויי אופנים. אפשר זיינען געמיינט: עבודה ע"י התבוננות און עבודה פון אנשים פשוטים וועגען וועלכער עס רעדט זיך ווייטער. זע אויך שיחת אחש"פ תרצ"ד אות ג' [לקו"ד ח"ג קמז, א]: עס איז פאַראַן צווייערליי עבודות אין עבודת השי"ת די עבודה בדרך אור ישר און די עבודה בדרך אור חוזר... מלמעלה למטה און מלמטה למעלה כו'. עכ"ל. אין אַ צווייטען אָרט (הועתק ב"היום יום" [כ"ח מנ"א] ע' פג): שני דרכי העבודה: תשובה ומעשים טובים. עיי"ש.

עמוד 383

  1. 3. זע אויך ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 57 אות יח.
  2. 4. זע אויך לקוטי תורה ר"פ בחוקותי, שם שה"ש ביאור דשימני כחותם פ"ג ד'. אמרי בינה שער התפילין פל"ה ואילך. דרך מצותיך מצות תפילין.
  3. 5. [ראה לעיל ע' 306. ע' 320.
  4. 6. אוצ"ל: דאַרף שרייבען].
  5. 7. זע אויך תורה אור פ' וישלח ד"ה ויאמר יעקב. לקו"ת שה"ש ד"ה נאוו לחייך.
  6. 8. זע שיחת יב תמוז תש"ז אות ג [לעיל ע' 136. וראה לעיל ע' 3. וש"נ].
  7. 9. זע אויך שיחת ל"ג בעומר תש"ח (לקוט ל) אות ג [לעיל ע' 225].

עמוד 384

  1. 10. זע אויך שיחת פסח תש"ג אות יז ואילך [ספר השיחות תש"ג ע' 59 ואילך.
  2. 11. ראה חגיגה יב, א. ב"ר פי"ב, ו].
  3. 12. זע אויך שיחת חה"פ תש"ג אות לט [ספר השיחות תש"ג ע' 72 ואילך. וראה אודותו — לעיל ע' 83 הערה 11. וש"נ].
  4. 13. זע ספר התולדותמהר"ש ע' 70 [וראה אודותו — לעיל ע' 233. וש"נ].

עמוד 385

  1. 14. זע אויך שיחת ל"ג בעומר תש"ח (לקוט ל) ע' 8 ואילך [לעיל ע' 227 ואילך].
  2. 15. זע לקו"ת ס"פ מסעי [צו, ד]. שם ד"ה האזינו (השלישי) פ"ה [עה, ד].

עמוד 386

  1. 16. אַ נאָמען פון גאָר אַ קליינע מטבע אין רוסלאַנד אַ מאָל.
  2. 17. ספר הניגונים [ח"א] ניגון א.
  3. 18. ספר הניגונים [ח"א] ניגון קיא.

מצוטט בעמוד אחד

כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ קנה ספר השיחות ה'שי"ת ע' 383