מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנשי ש.
382מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנשי ש.
שנכנסו ביום ב', אסרוחג ה'שי"ת
נאָך אַ פאַרבריינגען יו"ט זאָגט מען עס זאָל זיין צו געזונד, דאָס מיינט וואָס עס איז נמשך געוואָרן זאָל נתקבל ווערן.
עס זיינען פאַראַן צוויי זאַכן, עס איז פאַראַן אַ ענין פון אכילה, און אַ ענין פון ריח.
ריח גיט מען ווען איינער איז פאַר'חלש'ט, גיט מען אים אַ שמעק אַ דבר חריף, און דאָס איז משיב את הנפש.
אַ חסיד'ישער פאַרבריינגען איז אַ ענין פון ריח, אַ חסיד'ישער פאַרבריינגען יוםטוב איז אַ ענין פון אכילה, דערפאַר זאָגט מען עס זאָל זיין צו געזונד, עס זאָל נמשך ווערען אין אַלע אברים.
איהר זייט מקושרים צו מיר, איך זאָג ניט אָפּ פון זיין אַ אב, אָבער איהר זייט מקושרים דורך מיר צו וועמען איך בין מקושר1, און ער איז דער מקור הברכות פון שפע והצלחה יעדען אין זיין פרט וואָס ער דאַרף.
הערות
עמוד 382
- 1. ראה שיחת ב' אייר ושיחת יום ב' דחג השבועות ה'שי"ת (תורת מנחם התוועדויות ה'שי"ת ע' 40. ע' 95).

