שמחת תורה ביום, בעת הסעודה ה'שי"ת
377שמחת תורה ביום, בעת הסעודה ה'שי"ת
א. דעם מאמר לך לך פון דעם המשך רס"ו האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט מיט צוואַנציג יאָהר פריער.
דער מאמר איז ניט געוועזן אַ כתב. אין דעם סדר פון מאמרי דא"ח זיינען פאַראַן מאמרים פון כתב, הנחה און רשימה. כתב הייסט וואָס דער רבי דער בעל המאמר האָט געשריבן דעם מאמר און מען האָט אים איבערגעגעבן לפרסם פאַר אַלעמען. דער מאמר איז געשריבן געוואָרן אין ליובאַוויטש פון די שרייבערס ר' שמואל דער שרייבער1, ר' שלמה הסופר. הנחה הייסט וואָס די הערער האָבן פאַרשריבן דעם מאמר. און רשימה מיינט וואָס דער בעל המאמר האָט פאַרצייכענט דעם מאמר פאַר זיך. דער מאמר לך לך איז געזאָגט געוואָרן אין גאַנצן אין אידיש, און מען האָט אים גערופן דער פרומער לך לך2. פאַרוואָס מען האָט אים אַזוי גערופן ווייס איך ניט.
ויאמר ה' אל אברם לך לך3. אַ טאַטן קען מען ניט מבטל זיין, און אפילו אַ טאַטן וואָס איז ניט אַזוי מיט אַלעמען, אפילו אַ טאַטן אַ תרח.
דער אויבערשטער זאָגט צו אברהם לך לך, לך לך צוצוקומען צו דיין אמת'ן לך.
אברהם4 וואָס איז דאַן שוין געווען אַ 37875 — יאָהריגער מענטש, און איז געווען אַ פאסעסער5, ער איז געוועזן איינגעזעסן אין זיינע הנהגות, און האָט שוין געהאַט צוגעקומען צו אַלע מדריגות וואָס ער האָט געקענט מצד עצמו דערגרייכן, און ניט קיין געמל'טער, זאָגט מען אים לך לך.
דורך וואָס קומט מעןצו צו דעם אמת'ן לך, דורך די הדרכה ווי עפ"י חסידות, דורך מארצך, ממולדתך ומבית אביך. מארצך מיינט דיינע ארציות'דיקע ענינים, דיינע רצונות ממולדתך די איינגעבורטקייט, ווי עס איז פאַראַן אַ בעל מרה שחורה, מרה לבנה, ער זאָגט אַ גלייך ווערטל, מבית אביך, וואָס דו האָסט געזעהען ביי דיין טאַטן אין הויז, יעמאָלט וועסטו זיין ווי עס דאַרף זיין.
דאָס האָט מען געזאָגט צו אברם, אב רם שכל הנעלם מכל רעיון6, קען מען שוין פאַרשטיין ווי אַזוי, אַז עס איז קיין שכל ניטאָ, וואָס פאַר אַ מילה עס דאַרף זיין.
דאָס האָט מען געזאָגט 20 יאָהר שפּעטער, וואָס דאָס איז די השגחה פרטית ווי דער בעש"ט איז מבאר דעם ענין פון השגחה פרטית7, אַז אין מיטן העלן טאָג ווערט אַ ווינט און ער טראָגט איבער אַ בלעטעלע פון אַ בוים פון איין אָרט אויף אַ צווייטן, ביז עס קומט צו אַ פלאץ און דאָרט בלייבט עס ליגן, וואָס דאָס איז דאָך אַלעס בהשגחה פרטית, אַזוי איז אויך דאָ אַלעס בהשגחה פרטית, צו דער רגע, ובאותו מקום ובאותו האיש.
ב. איך האָב שוין עטליכע מאָל דערציילט8 פון די זמנים וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט מיט מיר לערנען דעם סידור, איך מיין ניט דעם סידור מיט חסידות, נאָר פשוט סידור מיט דעם פירוש המלות, אויך די קליינע ווערטעלעך.
פאַר אתה הראת שטייט אין סידור אין די קליינע אותיות מנהג ותיקין וכו'. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך געהאַט זיין עברי, האָט ער געזאָגט: מנהג ותיקון, אַמאָל איז מנהג מאַכט אַ תיקון, און אַמאָל איז אַז תיקון מאַכט אַ מנהג, — דאָס איז ניט שולל דעם מנהג ותיקין —
דורך דעם מנהג ותיקון קומט מען צו דעם אתה, און דאָס מאַכט אַ פתיחה אויף דעם הראת. עס איז פאַראַן אַ מאָל וואָס מען זעהט און מען ווייסט ניט וואָס מען זעהט; און דורך דעם מנהג ותיקון, אַז מען ווייסט אַז מנהג מאַכט אַ תקון און תקון מאַכט אַ מנהג, איז אַז מען זעהט ווייסט מען וואָס דאָס איז.
ג. מיין חינוך הפרטי ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך אָנגעפאַנגען אין די יאָהרן נ' — נ"א9.
אין די זמני התועדות פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ריידן אין אידיש אַז אפילו אַ קלייןקינד האָט פאַרשטאַנען יעדעס וואָרט. נ"ג האָט זיך געענדיקט דער יאָהר פון כולו אידיש, נ"ד איז שוין געווען געמישט, לשון קודש און אידיש, און די אידיש איז געווען אין אתוון זעירין, קליינע אותיות, וואָס זיינען אַריין אין די שפּאַלטעלעך פון האַרץ.
יעמאָלט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גערעדט אַז אין צבא המלחמה 379איז פאַראַן ספּעציעלע מחנות וואָס רופן זיך די קוילעןווארפער, די באָמבע וואַרפער, זייער גאַנצע אַרבייט איז צו וואַרפן באָמבעס. עס איז דאָ קליינע באָמבעס און גרויסע באָמבעס, אין אַרסענאַל איז דאָ אַלע מינים באָמבעס, עס איז דאָ באָמבעס וואָס מען וואַרפט מיטן האַנט, באָמבעס וואָס מען וואַרפט מיט אַ ביקס און באָמבעס וואָס מען וואַרפט מיט אַ מאַשין, מיט אַ הארמאט.
דער סאָלדאַט גייט אַרומגעגאַרטלט מיט באָמבעס — והראה בידיו הק' חגור סביב, אַ לענטע אין די זייט — והראה באלכסון בימין, אַ לענטע אין די זייט — והראה באלכסון בשמאל.
דער סאָלדאַט טוט וואָס מען הייסט איהם. ער גייט מיט מסירת נפש, און ווייסט אויב אַ קליינע קויל זאָל אויפרייסען קען ער אַליין צוריסען ווערען.
דער סאָלדאַט האָט קיין קאָפּ ניט, מ'האָט אַמאָל געזאָגט, אַז אַ סאָלדאַט האָט בלויז אַ קאָפּ אויף וואָס ער זאָל טראָגן דעם פּאַס פון דעם ביקס, און דער אָהןקאָפּ גייט אויף מסירת נפש מיט שמחה.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט יעמאָלט דערציילט, אַז ער איז אַמאָל געווען אין פּעטערבורג, און געזעהען דעם אָרט וואו די סאָלדאַטן גייען אַרויס אויף מאַנעוורעס. ער איז דאַן געשטאַנען אַ גאַנצע שעה און זיך צוגעקוקט.
דאָס ערשטע גייט אַרויס אַ אָפיציר, ער ברענט ווי פייער, פניו להבים, מיט די אויגן קען ער אויסשמאָטשקען אַ "פאניע" אַזוי ווי אַ פליג, נאָכדעם גייט אַרויס אַ וויערכאוואי, ער איז רויט ווי קומאטש, ער זיצט אויף אַ פערד, אונטער דעם פערד ברענט די ערד, און אונטער דעם אפיציר ברענט דער פערד, און נאַכהער גייען די סאָלדאַטן, וואָס אַ טראָט איז אַ טראָט.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט: איך האָב זיך צוגעקוקט צו דעם, און געקומען צו דער מסקנא, אַז אַזוי דאַרף מען מחנך זיין, דאָס הייסט חינוך.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט צו מיר: דו ביסט ביי מיר אַ בןיחיד. איך האָב אויף דיר אַ סך געהארעוועט, אַ סך כחות אַוועקגעגעבן, אַ סך טרערן, איך האָב אויסגעבעטן. זיי אַ באיעוואי סאָלדאַט וועסטו זיין אַ באיעוואי גענעראל.
אָבער אַ גענעראל דאַרף האָבן סאָלדאַטן, לערנען לערנט מען זיך אויף העלצלאַך, אָבער אין באי דאַרף מען גיין מיט לעבעדיקע מענטשן.
עס איז דאָ ב"ה תמימים, אָבער האלציקע, ביי אַ טייל די קאָפּ, ביי אַ טייל די האַרץ, ביי אַ טייל די פיס. גיין אין באי דאַרף מען מיט לעבעדיקע.
ד. (ניגנו אַ פנימיות'דיקן ניגון אָבער אַ ביסל פאַרשלאָפן, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מען איז געפאַלן אין עצלות, מען פוילט זיך אונטער. מען דאַרף זינגען שטאַרקער. — והתחילו לנגן בהתעוררות יתירה —
ה. עס איז דאָ אַ סך צו ריידן. בכלל רעדט מען בקיצור, ובפרט שמח"ת, ובפרטי פרטיות בעת עס דאַרף זיין דבריך מועטים ועניניך מרובים.
איך וויל זאָגן פריהער אַ הקדמה, עס איז דאָ אַ ציור קומה, דער קאָפּ די האַרץ און פיס, די קאָפּ איז מוח, די האַרץ איז מדות, די פיס איז מעשה בפועל.
איך וויל ריידן אַ ענין וועגן די רבנים זאָלן געזונד זיין. איך מיין ניט זיך צו מישן אין שאלות, דאָס לאָז איך איבער פאַר די רבנים זאָלן געזונד זיין, נאָר איך וויל ריידען וועגען אַ ענין פרטי.
די רבנים דאַרפן זאָגן דעם וואָרט.
380מיר האָבן אַ ברכה אַז די בעה"ב זאָלן נאָךגיין די רבנים, ניט פאַרקערט חלילה. זיי דאַרפן זעהען אַז אין די שולן זאָל מען לערנען. די רבנים דאַרפן ניט זיין אונטערגעוואָרפען אונטער די דעה פון די בע"ב. חסיד'ישע רבנים דאַרפן לאָזן הערן דעם וואָרט.
בעלי בתים דאַרפן וויסן אַ דין. מען איז יוצא, מען דאַוונט תפלה בציבור; דאָס איז טאַקע אַ גרויסע זאַך, אידן זיינען אין דעם אָפּגעהיט אפילו אין די קליינע טעג, אַ איד איז אַ זאקאוונער, ער שטייט אויף פאַרטאָג, און ווען עס פאַרברעכט אויפן טאָג האַלט ער שוין ברוך שאמר, ער וועט ניט גיין אין ביזנעס, די ווייב זאָל עפענען די ביזנעס די קינדער זאָלען עפענען, ער וועט ניט עסען ביז ער וועט דאַוונען, אָבער מיט דעם איז מען ניט יוצא.
דער בעלהבית דאַרף אַ היים קומען פון שוהל אַ פולער, אמלא'דיקער, מען דאַרף לערנען שו"ע, קיצור שו"ע, עיןיעקב, אַז ער קומט אַ היים זאָל ער מיטבריינגען מיט זיך אַ וואָרט.
אַ צוויי דריי מאָל אַ וואָך לערנען אַ וואָרט חסידות פון אַ שיחה אָדער אַ לייכטן מאמר.
איך בין ניט קיין שעמעוודיקער, איך וועל בל"נ דאָס מאַכן פאַר אַ חיוב, און מאָנען ביי יעדער חסידישע שוהל, אַז אין יעדער שוהל זאָל זיין אַ קביעות אויף לערנען.
ו. דער ענין איז מיר זייער מצער, עס מאַכט מיר זייער איינג, דאָס וואָס די חסיד'ישע רבנים שאַצן ניט אָפּ די כחות פון די בעליבתים, זיי קוקען אויף די בע"ב ווי זיי זיינען בחיצוניות (באָרד, לבושים), און וויבאַלד זיי זיינען ניט אַזוי ווי זייערע טאַטעס, אַזוי ווי זייערע זיידעס, קוקען זיי אויף די בע"ב מיט ביטול.
באמת האָט יעדער אַ סך כחות, אדרבה, מען דאַרף צו איהם ריידן מיט גוטן און מיט קירוב, דו האָסט געהאַט אַ טאַטן, דו האָסט געהאַט אַ זיידן, דאָס איז אַ שרש וואָס ווערט ניט אָפּגעדאַרט, דער שרש איז דאָ, נאָר מ'דאַרף איהם מעורר זיין, נאָר אַלעס דאַרף מען טאָן בדעת ובחכמה, און יעמאָלט וועט דערפון זיין פירות.
ז. (כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר לרפ. א.:) די משקה וואָס דו האָסט מיר געבראַכט אַ מתנה פון אה"ק איז ביי מיר זייער טייער, אַ איד בכלל, אַ ארץישראלאיד בפרט, און דער וואָס שטאַמט מגזע החסידים בפרטי פרטיות וואָס זיין זיידע איז געפאָרן צום אַלטן רבי'ן איז ביי מיר זייער טייער.
עס איז ידוע אַז דער אַלטער רבי האָט מחבב געווען ארץ ישראל, אויך אַ פרי פון ארץ ישראל, אפילו ביי אתרוג זיינען די ארץישראל'דיקע חשוב, נאָר ער האָט געזאָגט אַז מטעם הידוע לו בענטשט מען אויף אַ קאַלאַברער.
ווען דער אויבערשטער האָט געזאָגט ולקחתם לכם10, האָט מען גענומען שלוחים זיי אַרויפגעזעצט אויף אַ ענן, און זיי האָבן געבריינגט אתרוגים פון קאַלאַברע11.
אפילו אין די ימי המהפכה רח"ל, וואָס עס איז געווען שווער צו באַקומען אַ אתרוג, האָט מען געלייגט גרויס השתדלות אויף אַ קאַלאַברער12, און מען 381האָט זיך אויך משתדל געווען אויף אַ ארץ ישראל אתרוג13.
די משקה וואָס דו האָסט מיר געבריינגט האָב איך ניט געטרונקען. עס האָבן עס אפילו געמאַכט אידן, אָבער איך ווייס ניט ווי זיי האַלטן אין שמירת התורה ומצות מעשיות, זיי זיינען אפשר ניט מחלל שבת בפרהסיא, אָבער ווי זיינען זיי בכלל. מילא די קאָפּ מיט דער האַרץ איז פאַרבונדן מיט די רצועות, די האַנט איז דאָך יד כהה, אָבער די נעגעל פון די פינגער און אונטער די נעגעל.
מיר ווייסן ניט קיין קונצן, מיר זיינען שו"ע אידן. איך זאָג עס דיר מיט אַ כוונה, אַז דו זאָלסט עס איבערגעבן, אַז דאָס זאָל ווערן מתוקן; דו קענסט דאָך זאָגן מה אני, מה אני איז טאַקע אַ ענין, אָבער מ'דאַרף עס איבערגעבן אַז די זאַך זאָל ווערן מתוקן.
ח. איך וועל אייך זאָגן אַ וואָרט וואָס עס זאָל נקלט ווערן ביי אייך אין האַרצען. אין חסידות ווערט ערקלערט וואָס איז שלמה המלך, שלמה המלך האָט דערגרייכט דעם מרחב העצמי פון עצמות א"ס.
שלמה המלך האָט עם דער מאמר הוי' מזכה געווען צו בויען דעם בית המקדש, און האָט געזאָגט אויף דעם השכיל14, השכיל מיינט אַז ער האָט מכוון געווען די כוונה האמיתית פון בנין הבית.
אַז ער האָט געענדיגט בויען האָט ער כורע געווען15. חסידים ווייסן וואָס הייסט כריעה, די כריעה איז געווען ניץ — אין דעם לשון האָב איך מקבל געווען.
שלמה המלך האָט גערופן דעם בית המקדש בית זבול16, זבול איז בגימטריא מה17, מה איז גילוי, דאָס הייסט אַז אין בית המקדש איז געווען גילוי העצמות צו אַלעמען. חלוקים זיינען געווען מצד המקבלים לפי ערכם, אָבער דער גילוי העצמות איז געווען פאַר אַלעמען.
שמע"צ און שמח"ת איז דער גילוי פון עצמות, אַזוי ווי מ'האָט גערעדט18 דעם הפרש פון שמע"צ און שמח"ת ביז שאר המועדים, וואָס ביי שאר המועדים איז דער קריאת שם החג שפּעטער און ביי שמע"צ זאָגט מען שמיני עצרת החג הזה, אַז דער גילוי העצמות פון דעם חג זאָל זיין הזה, זאָל מאיר זיין בגילוי אַ גאַנץ יאָהר.
דער אויבערשטער זאָל געבען עס זאָל זיין התגלות העצמות למטה פאַר אַלעמען.
ט. הסעודה נמשכה עד שעה מאוחרת במוצאי יו"ט — (ישבו להסעודה קודם שעה 5 וברכו ברהמ"ז בשעה 9) — כשראו שכבר נמשך הרבה נכנס א' מב"ב בבקשה שיפסיק, ואמר: הנחת עצמותו מיינט ניט זיך מבטל זיין נאָר יענעם מחבב זיין.
י. סיים בברכה: דער אויבערשטער זאָל געבן אַ געזונטן ווינטער, אין תורה ועבודה ויר"ש, און הצלחה בגו"ר19.
הערות
עמוד 377
- 1. ר' שמואל רבינוביץ, המכונה ר' שמואל דער שרייבער, או ר' שמואל סופר (כותב). — ראש המעתיקים בליובאַוויטש במשך שנים רבות, "שהוא היותר טוב כידוע" (אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רסד). נזכר לקמן ע' 395.
- 2. ראה גם לעיל ע' 12.
- 3. לך לך יב, א.
- 4. קטע זה הובא בלקו"ש ח"א ע' 22.
עמוד 378
- 5. בעלהבית.
- 6. ראה תו"א ותו"ח ר"פ לך לך. אוה"ת לך ח"ו תתערב, א ואילך.
- 7. ראה לעיל ע' 19. וש"נ.
- 8. ראה שיחת י"ב תמוז תש"ז. שיחת יום שמח"ת תש"ט (לעיל ע' 140. ע' 286).
- 9. ראה לעיל ס"ע 64.
עמוד 380
- 10. אמור כג, מ.
- 11. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 141 ובהערה 28. וש"נ.
- 12. ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ס"ע סב ואילך. ס"ע שנג ואילך. אגרות-קודש ח"ח ע' תט ואילך.
עמוד 381
מצוטט ב־2 עמודים
תורת מנחם 1
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
- הוספות ‹ קפ ספר השיחות ה'שי"ת ע' 378

