ליל שמחת תורה, בעת התועדות קודם הקפות ה'שי"ת

373ליל שמחת תורה, בעת התועדות קודם הקפות ה'שי"ת

א. (על השלחן עמדו בקבוקי משקה חתומים ואמר א' מהמסובים ליתן לרפ. א. שבא מאה"ק לפותחם, מפני שאצלו כבר חול. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

דאָס וואָס מיר אַלע אידן בעטן אַ גאַנץ יאָהר, אַז השי"ת זאָל אונז בריינגען לארצנו הקדושה ממש ולעשות רצונך וכו', איז אויסצונוטצן דאָס אין דברים קלים איז דאָס אַ זלזול, דאָס איז אַ גראָבקייט.

ב. איך קוק אויף אַלעמען בעין טובה, אפילו ווען מען מאָנט אַמאָל און ווען מען מוז זאָגן אַמאָל אַ האַרבן וואָרט, איז דאָס אַ חסד.

אַ סאָלדאַט איז אויסמושטירט. ער גייט אויפגעשטעלט דעם קאָפּ, אַרויסגעשטעקט די האַרץ, ער מאַכט מיט די הענט און מיט די פיס. אויסמושטירן טוט מען די קאָפּ און די האַרץ, און אין וואָס איז דאָס ניכר, אין די פיס. דער סאָלדאַט איז אויסמושטירט אפילו אין אַ תנועה קלה.

ג. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל זיין אַ שנת ברכה בגשמיות וברוחניות.

ד. תרנ"ד1 איז געווען אַ יאָהר פון גרויסע גילוים. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט יענעם שמח"ת געזאָגט בעת'ן פאַרבריינגען:

הערט רייד, וואָס איך האָב געהערט אין גן עדן.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן אַרומגערעדט דעם סדר פון גן עדן התחתון און גן עדן העליון.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אַ זעלטענעם כח הציור2, אין יעדע זאַך האָט ער מבאר ומסביר געווען אַז מען האָט דעם ענין געזעהען במוחש. ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן גערעדט דעם הבדל פון געה"ת און געה"ע, און דעם סדר העליות, האָט מען דאָס געזעהען (כ"ק אדמו"ר שליט"א הראה באצבעותיו) במוחש ממש. און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט:

איך זעה דאָס. און איהר הערט לכל הפחות און דערהערט.

מיר האָט מען געגעבן אַ כח צו הערן דברי הרב. אַז איך האָב געהערט אַ מאמר פון טאַטן, האָב איך געהערט די רייד פון טאַטן, פון זיידן, פון עלטער זיידן, פון רבי'ן, פון מעזריטשער מגיד און פון בעש"ט, וואָס ער האָט מקבל געווען פון אחי' השילוני3.

ה. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל זיין אַ שנת אורה, שנת ברכה, שנת גילה, שנת דיצה ברוחניות ובגשמיות. זייט אַלע געזונט מיט אייערע בני בית. דער אויבערשטער זאָל אונז בריינגען אין ארץ ישראל ממש. מיר אַרט ניט צי מיט די פיס אָדער מיט די לופט. אין בעלהבתישקייט מיש איך זיך ניט, — 374מען זאָל זעהען דעם גילוי המשיח בפועל.

ו. דער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל הערען און דערהערען. עס איז פאַראַן הערען און דערהערען4. די וואָס האָבן דאָס פאַרזוכט ווייסן דעם טעם דערפון, און די וועלכע האָבן דאָס ניט פאַרזוכט ווייסן אפילו ניט וואָס דאָס איז. עס איז אַ רחמנות אויף זיי.

ז. החסיד ר' אהרן דאָקשיצער — שהי' נקרא אהרע דאָקשיצער — האָט אַמאָל געזאָגט צו החסיד ר' יקותיאל — היו ב' מלמדים בדאָקשיץ5 — קושע, געדענקסטו, ווען דער רבי האָט געגעבען לעקאַח האָט מען געפיהלט דעם כי6 לקח טוב7. און צי געדענקסטו ווי מען האָט געקליבן די ברעקלאַך.

אָט דאָס איז הרגש ווערטער. ניט השכלה, ניט קיין השגה, נאָר די עצם הנשמה איז זיך מתגלה אין כחות הגלוים, און די כחות הגלוים זיינען מגלה דעם נועם און עריבות פון עצם הנשמה.

עס דאַרף זיין אודנין דשמעין8. די אזני הלב אויב זיי זיינען פאַרשטאָפּט דאַרף מען זיי דורכבויערן.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א הי' בשמחה גדולה און זייער אויפגעלייגט, וחלק בעצמו להרבה מהנאספים משקה ומזונות וצוה כמה פעמים להנאספי' לשתות לחיים, ולאחדים צוה לשתות בכוסות גדולים — גם למחר בעת הסעודה ציוה כן — ואמר:) אזלת לקרתא עבד כנימוסי'9, און דאָ איז אַזאַ מנהג.

(אמר לא' מהמסובים שחלק משקה להעומדים מסביב:)

אַ משפיע ווען ער איז פאַרנומען צו משפיע זיין פאַרגעסט ער אויף זיך אַליין. דאָס איז אַ חסרון.

ח. תרנ"ד איז געווען אַ גרויסער פאַרבריינגען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן אַרומגערעדט, וואָס איז חסידות און וואָס איז השגחה פרטית עפ"י חסידות, אַז השגחה פרטית איז ניט נאָר אין ענינים פון הבנה והשגה נאָר אפילו אין דברים פשוטים.

מען האָט דאַן געזונגען אַ פרעהליכען ניגון. און נאָכדעם האָט מען געבריינגט משקה. האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דאָס איז השגחה פרטית, ווי מורנו הבעש"ט איז מבאר דעם ענין פון השגחה פרטית.

בכלל משקה איז מים המאררים, וואָס לכל הקל רופט דאָס אַרויס אַ תנועה חיצונית9. אָבער ביי אַ פאַרבריינגען איז די משקה דער אמת'ער גשם, גשמי ברכה.

אַז מען רעדט ביי אַ פאַרבריינגען אַ פנימיות'דיקן וואָרט, גייט ער אַריין אין פנימיות הלב, און פון פנימיות הלב קומט ער אַראָפּ אין פנימיות העבודה אין עבודת התפלה.

ט. עס איז פאַראַן אַ אַלטער וואָרט, דער חילוק פון שמע"צ און שמח"ת לגבי שאר המועדים.

דער חילוק איז אין יעלה ויבא. ביי אַלע מועדים שטייט דער וואָרט "חג" 375פאַר דעם קריאת שם המועד, כמו חג המצות וכו'. מה שאין כן ביי שמיני עצרת און שמחת תורה איז דער קריאת שם המועד פאַר דעם וואָרט חג, ווי מיר זאָגן שמיני עצרת החג הזה10. דער פירוש איז אַז די שמחה פון שמיני עצרת און שמחת תורה ווערט נמשך אַ גאַנץ יאָהר11.

י. (בהמשך דיבורו ע"ד ענין העבודה בפועל אמר:)

וויפיעל ער זאָל זיין אַ מופלא אין השכלה אָדער אין השגה קומט דאָס ניט צו די הפלאה פון נה"י בפועל.

יא. (בעת שנתן כ"ק אדמו"ר שליט"א בידיו הק' משקה ומזונות לכמה אנשים אמר לאחדים מהם איזה ענין פרטי כדלהלן:)

לרשז. ג.: נעם משקה פאַר זיך און פאַר דיין שווער. דו דאַרפסט זעהען אויספליקן ביי זיך די פוילישע שטיק.

לרפ. א.: עס איז שווער צו פאַרטראָגען דיין מתינות. שינוי מהות איז אַ ענין, אָבער ניט אין דעם.

(רמ. ש. הכהן אמר לכ"ק אדמו"ר שליט"א, שבכל פעם כשמברך ברכת כהנים האָט ער אין זינען דעם רבי'ן. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

אַזוי דאַרף זיין. דאָס ערשטע איז די קאָפּ, דאָס איז דאָך אַ דבר פשוט. פון קאָפּ קומט דאָך ממילא אַראָפּ אין אַלע אברים.

(קראו לרא. ר. שיתקרב להשלחן, ואמר אחד: אָט איז דאָ אהרן אַליין. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

ביי חסידים איז ניטאָ אַליין. ער טראָגט מיט זיך פון זיין טאַטען, פון זיידן, פון עלטער זיידן, דעם גאַנצן עדת החסידים.

לרנ. ד.: דאַרפסט זיין אַ קובעעתים לתורה. עס זאָל ניט דורכגיין אַ טאָג אָהן תורה. לערנען וואָס מען קען, שו"ע, קיצור שו"ע. אַלע טאָג מוז מען עפּעס לערנען. מען דאַרף זיין ביי אַ חסיד'ישן פאַרבריינגען, און עפּעס נעמען פון פאַרבריינגען12. מיטנעמען אַ וואָרט מיט זיך, אַ מדה טובה, אהבת ישראל וכו'.

להרי. י.: פאַרוואָס נעמסטו ניט קיין משקה. עס זיינען דען דאָ דיינע בעליבתים. מען דאַרף דאָך ווייזן אַ דרך פאַר די תלמידים. לחיים! זאָלסט האָבן הצלחה, דיינע קינדער אייניקלעך און די תלמידים.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן הכוס משקה שלו להרש. ל. ואמר לו): דו זאָלסט האָבן כלים רחבים.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א חפש אחרי אחד מבין הנאספים ליתן לו משקה ומזונות, והביט לכל צד ולא מצא אותו, ואמר: איך זוך מיינע קאָסטאָמער, וואו איז א. ה. ואמר א' מהמסובים ער איז פון די אמת'ע רבי'נס קאָסטאָמער. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

עס איז אַ מנהג ביי סוחרים ווען מען קומט זיי פרעגן אויף זייער סחורה זאָגן זיי: פּעטעך, פּעטעך, דו ביסט עפּעס אַ מבין אויף סחורה. מיין סחורה אפילו אַביסעלע פון איהר איז מיט גאָלד צו גלייך.

376(וברך את א. ה.:) חיים וברכה על כל השנה. והי' לבבם זה13.

(הרמד. ר. הזכיר לפני כ"ק אדמו"ר שליט"א את בנו התמים ש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

איך האַלט איהם — הכוונה על הרמד. ר. — פאַר אַ קלוגן, ווי קומט צו איהם אַזאַ שטות.

אַ משפיע בעת אַ פאַרבריינגען פאַרגעסט ניט זיינע מושפעים און האָט זיי אין זינען בכל עת וזמן, ומכ"ש איך. ער שטייט ביי מיר במחשבה בציור, ער מיט זיינע מושפעים.

(הרש. ל. אמר להרמד. ר. אהני לי' שטותי'14, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

אַ שמיץ איז חסד, אַ קירוב איז חסד שבחסד.

(אח"כ נתן כ"ק אדמו"ר שליט"א בעצמו משקה להרמד. ר. ואמר:)

ער איז פון די אַלטע, ער דאַרף ניט קיין ממוצעים.

(א' אמר שהרא. ס. רוצה משקה, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) באַ איהם איז אַלץ בחשאי.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן יין ומזונות לרד. ש. ואמר לו:)

איהר זייט ווערט צוליעב זיך און צוליעב אייערע קינדער. דער אויבערשטער זאָל אייך געבן אַ סך נחת פון זיי.

לרי. פ.: נעם פאַר זיך און פאַר דיין ברודער מ. דו ביזט זיך ניט משער ווי ער איז דיר איצט מקנא. מיט וועמען פאַרבריינגט ער יעצט אין זיין מסיבה, און באיזה אופן זיין ריידען מיט זיי איז, און וואו ביסטו איצטער.

להרש. ל. ולהרשא. ק.: אין דעם ענני במרחב דערהערט זיך דער מן המיצר.

(רמ. ש. בקש ברכה בעד המתפללים של ביהכ"נ שלו בש., וברך כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

זיי זאָלן זיין חסידי חב"ד, חכמה, בינה, דעת.

לרי. כ.: לחיים, עם כל הפירושים15.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן כוס גדול של משקה לרי. ג. ואמר לו לשתות בסירוגין, ואמר:)

טאָמער וועט ער איצטער ניט מאַכן אַזוי דעם פזר מאַכט אויך ניט אויס16.

(לא הי' משקה על השלחן ובקשו את הרשא. ק. שילך להביא משקה, וענה: עס איז איינג, מען וועט ניט קענען צוריק קומען, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

עומדים צפופים ומשתחוים רוחים17.

— 377בכלל הי' כ"ק אדמו"ר שליט"א בשמחה גדולה, וכל ההנהגה בעת התועדות זו הי' באופן אחר מכמו בשנים הקודמות18. —

הערות

עמוד 373

  1. 1. בא' ההעתקות שתח"י: תרנ"ג. — ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 191 אודות התועדות שמע"צ תרנ"ג שאז סיפר כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע בארוכה ובפרטיות ע"ד ז' התורות ששמע בגן עדן מהבעש"ט בח"י אלול תרנ"ב.
  2. 2. ראה לעיל ע' 345. ע' 351.
  3. 3. בהנחה בלתי מוגה: עס טוט זייער וויי וואָס היינט הייסט אַ משכיל, אַ עובד, אַ תמים — און וואו דאָס איז געווען מיט 55 יאָר צוריק — נאָר מען דאַרף ביי זיך ניט אַראָפּפאַלן, מ'האָט אַמאָל אויך אַזוי געזאָגט.

עמוד 374

  1. 4. ראה לעיל ע' 208. ש"נ.
  2. 5. ראה לעיל ע' 113. וש"נ.
  3. 6. משלי ד, ב.
  4. 7. ראה ספר השיחות תש"נ ח"א ע' 24, שנתינת "לעקאַח" — רומזת וקשורה עם "לקח טוב נתתי לכם תורתי גו'".
  5. 8. ראה זח"ב קפו, ב. וראה אגרות-קודש ח"ו ע' שכז ואילך.
  6. 9. ב"ר פמ"ח, יד.
  7. 9. ראה גם לעיל ע' 79.

עמוד 375

  1. 10. ראה גם שיחת ליל שמח"ת תש"ז (לעיל ע' 72).
  2. 11. ראה גם לקמן ע' 381.
  3. 12. בהנחה בלתי מוגה: (לאחרי שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: "עפעס נעמען פון פאַרבריינגען" — אמר אחד: משקה. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ניט דאָס מיין איך; משקה נעמט מען ממילא) נאָר מיטנעמען" [ההמשך בפנים].

עמוד 376

  1. 13. ואתחנן ה, כו.
  2. 14. ראה כתובות יז, א.
  3. 15. בהנחה בלתי מוגה: קרא כמה פעמים את השיקאַגער לחלק להם משקה ומזונות (בעצמו בידיו הק') וברך לכאו"א ביחוד, כן לר' מ. ז. ג. מעיר מ. אמר: "לחיים עם כל הפירושים". לר' י. פ. דיבר ענין... פון דעם תלמיד... חסידישער מסירת נפש... לר' שלום פ. אמר: איך בין אויך געווען אין שיקאַגאָ, ואמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: "יצא בשלום אָן אַ שינוי השם. ואמר עוד...".
  4. 16. בהנחה בלתי מוגה: הי' צפיפות גדולה, ואמרו: רוקט זיך אָפּ — שטופּט ניט, ונסוג גם הוא אחור, ואמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: "דיך מיינט מען ניט".
  5. 17. ראה אבות פ"ה מ"ה.

עמוד 377

  1. 18. ברשימת המניח עם הוספות בכי"ק כ"ק אדמו"ר נשיא דורנו: "ענינים שאינני זוכר קישורם: דובר ע"ד: ענין פריקרע. הדס שוטה וחסיד שוטה. פאַרן דאַוונען. .. נאָכן דאַוונען. יופי הנעלם יופי הגלוי".

מצוטט ב־2 עמודים

תורת מנחם 1
  1. לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ג סה"ש ה'שי"ת ע' 374
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ תיט ספר השיחות ה'שי"ת ע' 373