יום שמח"ת בסעודה תש"ט

284יום שמח"ת בסעודה תש"ט1

א. אין דעם זמן ווען דער בעש"ט נ"ע איז געוועזען אַ נסתר, איז זיין הנהגה אויך געוועזן ווי אַ נסתר. די מעלת רוממות והפלאת נשמת הבעש"ט האָבען דערהערט אפילו ציגן, זיי האָבן זיך אויפגעשטעלט אויף די אונטערשטע פיס, און די אויבערשטע פיס האָבען זיי געהאַלטן אין די הויך בקומה זקופה ווי אַ אדם2. דער בעש"ט האָט ממשיך געוועזן אין זיי ווי מצד זייער שרש ווי זיי זיינען למעלה, אָבער למטה זיינען זיי געבליבן ציגן, חאָטש בעלשם'סקע ציגן וואָס באַ זיי איז געוועזן אַ הבדל פון חצי התחתון ביז חצי העליון, און עס האָט זיך דערהערט באַ זיי מעלת העליון על התחתון, ניט ווי באַ אַנדערע וואָס באַ זיי איז דער תחתון גלייך ווי דער עליון — אָבער דאָך ציגן.

לאחר התגלות פון דעם בעש"ט: א) האָט זיך אָנגעהערט די מעלת האדם לגבי ציגן. ב) עס איז נתגלה געוואָרן די מעלה פון די אנשים פשוטים; ווייל אין יענעם זמן האָט זיך זייער אָנגעזען די 285מופלגי תורה — די יודעי תורה, און אַ איש פשוט איז גאָר קיין מציאות ניט געוועזען, מ'האָט זיך מיט איהם ניט גערעכענט, דער איש פשוט איז געוועזען אַ מובדל, און דער בעש"ט האָט מגלה געווען די מעלה פון אנשים פשוטים.

וואס אַזוי איז אויך געוועזן די שיטה פון אַלטן רבי'ן נ"ע ביז ער איז געקומען קיין מעזריטש — זיין אַ מובדל פון אנשים פשוטים — ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דאָס ערשטע מאָל קיין מעזריטש, לבד זאת וואָס דער מגיד האָט אים מגלה געווען ווער ער איז און וואָס ער איז און וואָס שליחות נשמתו איז בזה העולם, האָט ער אים געזאָגט אַז די שיטה איז קיין שיטה ניט3.

דער אַלטער רבי האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי, און פון דעם קראַנק געוואָרען בגופו,

דער אַלטער רבי וואָס זיין נשמה איז געוועזן אַ נשמה דאצילות עצמו, און דאָ למטה האָט זי מאיר געוועזן באַ אים דער תוקף עוז ווי למעלה4 — האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי.

הגם ער איז געוועזען אַ גיבור — איז ער קראַנק געוואָרן, וכידוע המעשה מהתולעים — בהחוטם — וואָס די רופאים האָבן געזאָגט אַז דאָס איז פון אַ טיפן צער5.

דער צער איז געווען אַ כפול ומשולש, פון זיך און פון די תלמידים, ווייל די תלמידים האָבן מרגיש געווען יעדע תנועה. און האָט בעדאַרפן אַ סאַך האָרעווען אַריינצוברענגן די שיטה; און בלויז דער קירוב6 האָט אים געגעבן כח דאָס דורכצוטראָגן.

ב. מען האָט שוין נעכטן גערעדט7 וואָס כ"ק אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט, אַז ער האָט געמאַכט תומכי-תמימים אַז די תלמידים זאָלען זיין פאסטאוואייעס. פאסטאוואייעס זיינען געמאַכט געוואָרן צו ווייזן דעם וועג. תמימים דאַרפן ווייזן דעם וועג, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך החיים. עס איז דאָ דרך החיים און חיי החיים, תמימים דאַרפן ווייזן פאַר אַלעמען דעם דרך פון חיי החיים, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך.

תמימים! איר טאָרט ח"ו ניט פאַרנאַכלעסיגן די כחות וואָס מ'האָט אייך געגעבן. מען זאָגט צו זיך: מי אני ומה אני — ווער בין איך וואָס בין איך, און באמת איז ער טאַקע ניט קיין "מי" און מכש"כ קיין "מה", ווייל ער איז דאָך אַ יש. נאָר אַז מ'האָט אים אַוועקגעשטעלט האָט ער כחות דערצו.

אַז מען שטייט אויף דער פּאָסטן, איז יש לו על מי לסמוך; און אַז מען גייט אַוועק פון פּאָסטן8, איז ער אַ מתחייב בנפשו.

ביים טאַטן — כ"ק אאמו"ר הרה"ק — פלעגט זיין אַ אויסשפּראַך: מ'דאַרף זיך נעמען דאָ ראבאטי. מ'דאַרף זיך ניט 286פאַרלאָזען אויף דעם וואָס מען גיט מלמעלה; אַז מען האָרעוועט אַליין, העלפט דאָס.

ג. אמר: לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן חיים גשמיים, חיים רוחניים. דער אויבערשטער זאָל געבן אַ שנה ברוכה, עס זאָל ניט זיין קיינע מניעות אויף בריאות, פרנסה, נחת פון בני בית אין עבודה רוחנית.

ד. איך האָב שוין עטלעכע מאָל דערציילט9 אַז דער טאַטע — כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט מיט מיר געלערנט דעם סידור, איך מיין ניט איצטער דעם סידור מיט'ן פירוש פון אדמו"ר הזקן — דאָס איז אַ באַזונדער זאַך — נאָר פשוט דעם פירוש המלות פון סידור.

ווען ער איז צוגעקומען וואו עס שטייט10: "לשמיני עצרת ולשמחת תורה" דאַרף מען זאָגן "ביום השמיני עצרת" — האָט ער געפרעגט: וויבאַלד עס שטייט דאָך בפירוש "ביום השמיני עצרת" איז דאָך מובן אַז דאָס איז (אויך) אויף שמיני עצרת, און נאָך וואָס דאַרף שטיין בעפאָר: "לשמיני עצרת"?

האָט ער געטייטשט:

ביום השמיני, שמיני מלשון שמן — פעט11, דעם טאָג וואָס איז שמן מיט אַ סאַך אורות וגילוים, דאָס איז עצרת, תהי' לכם איז שמחת תורה.

נאָך אַ פשט: ביום השמיני עצרת לשון קליטה, דאָס דערהערט זיך אין תהי' לכם, וואָס דאָס איז שמחת תורה.

נאָך אַ פשט: ביום השמיני איז שמיני עצרת, עצרת שמחת תורה, תהי' לכם אין אַ גאַנץ יאָר.

שמחת תורה איז די עבודה פון קלאַפּן מיט די פיס און קלאַפּען מיט די הענט, און אַ גאַנץ יאָהר איז די עבודה קלאַפּן (אַרבעטן) מיט'ן קאָפּ, ניט בלויז עפענען דעם מאמר, נאָר אַריינקלאַפּן דעם מאמר אין קאָפּ.

ה. עס איז דאָ אור באל"ף און עור בעי"ן12.. .

ו. אַ חסידישע פאַרבריינגען איז אַלעס בהתיישבות אָן התגלות המדות, אויב יאָ איז אַלעס אין זיך.

ז. החג יש לו תשלומין כל שבעה13, אין ליובאַוויטש דליובאַוויטש פלעגט מען פאַרבריינגען נאָך שמח"ת אַלע נאַכט ביז ראש חודש. איך געדענק ווען איך בין נאָך געוועזען אַ קינד האָט מיך דער טאַטע מיטגענומען אין קליינעם זאַל צום פאַרבריינגען, די מאַמע האָט געמאָנט: ער דאַרף דאָך שלאָפן. ואמר14: זאָל ער דאָרט שלאָפן, אַז ער וועט עלטער ווערן וועט זיך אים ניט וועלן שלאָפן15. (ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מ'דאַרף ציילן די ווערטער. (ואמר עוד:) דאָ איז מען אביסל פאַרוואָגלט.

ח. (אמר:) מ'דאַרף זיך מכין זיין צו זינגען דעם ניגון של אדמו"ר הזקן בן ד' הבבות, די הכנה איז זינגען אַ ניגון קודם לזה (וצוה לכפול בבא הרביעית ארבעה פעמים).

הערות

עמוד 284

  1. 1. בכי"ק כ"ק אדמו"ר נשיא דורנו על הגליון: "אינו מוגה".
  2. 2. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ס שנה זו (לעיל ע' 279).

עמוד 285

  1. 3. ראה גם שיחת יום א' דחה"פ תש"ו. שיחת ליל שמח"ת שנה זו (לעיל ע' 28. ע' 252).
  2. 4. ראה לעיל ע' ס"ע 150 ואילך. וש"נ.
  3. 5. ראה שיחת כ כסלו תרצ"ג סי"ז: "ידוע המעשה שרבינו הגדול הי' לו מחלה בחוטמו, אַז עס פלעגט באַ אים פון צייט צו צייט אַרויספאַלן שטיקליך פלייש, ואמרו על זה הרופאים אַז דאָס נעמט זעך פון אַ שטאַרקע טיפע ביינקעניש צו אַ זאַך, והוא ענין נכספה וגם כלתה נפשי".
  4. 6. ברשימת השיחה יש כאן מקום חלק. ואוצ"ל: מהרב המגיד.
  5. 7. לעיל ס"ע 283 ואילך.
  6. 8. נוסחא אחרת: אַז מען פאַרנאַכלעסיגט דעם פּאָסטן.

עמוד 286

  1. 9. ראה שיחת י"ב תמוז תש"ז (לעיל ע' 140).
  2. 10. בתפלת המוסף.
  3. 11. ראה סה"מ תרצ"ו ע' 41. וש"נ.
  4. 12. ראה ב"ר פ"כ, יב. או"ת להה"מ ס"פ בראשית. מאמרי אדה"ז פרשיות ח"א ע' מה. ע' נ. סהמ"צ להצ"צ ח, סע"א. ועוד.
  5. 13. ראה ר"ה ד, ב.
  6. 14. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב.
  7. 15. ראה גם שיחת ליל ב' דחה"ס תש"ז (לעיל ע' 67). וש"נ.

מצוטט ב־2 עמודים

תורת מנחם 1
  1. יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה ה'תשי"ז. סה"ש תש"ט ע' 286
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ שנ ספר השיחות תש"ט ע' 284