פורים תש"ח בסעודה

186פורים תש"ח בסעודה

א. עס איז אַ מנהג — בפרט ביי חסידי חב"ד, אַז ביי יעדער חסידישע שמחה, שמחה של מצוה, איז די התחלה מיט אַ דבר מלכות1.

אַ וואָרט פון בעש"ט ותלמידיו דער מעזריטשער מגיד ותלמידיו — די רביים פון רבי'ן, אַ וואָרט פון רבי'ן, וואָס ביי אונז איז סתם רבי — דער אַלטער רבי.

דבר מלכות איז אַ ענין פון הודאה. דערפאַר הויבט מען אַן אינדערפרי גלייך מיט "מודה אני"; מיט דעם הויבט מען אָן היינט, נעכטן, אייערנעכטן, און אַ וואָך צוריק, און פאַראַיאָרן. "מודה אני" איז הודאה וואָס איז העכער פון השגה — פון כלי השגה און ניט פון כלי השכל, וויילע השגה איז לפי ערך המשיג ולפי אופן המושג, אָבער הודאה איז מצד העצם, הודאה איז בלתי מושג; אין השגה איז דאָ קשיות, וואָס באמת איז די מעלה פון השגה איז קשיות, ווי מיר זעען באַ אַ מלמד אַ בר פועל, אַז ניט נאָר וואָס ער קען זאָגן דעם ענין בפרטיות, נאָר ער קען אויך אויף מאַכן אַז דער תלמיד זאָל פרעגן אַ קשיא, און מיט דערויף איז מען מרחיב די כלי השגה פון דעם תלמיד2.

עס איז דאָ אַ מקובל'דיקער וואָרט פון טאַטן. — ביים איבערזאָגן אַ וואָרט, דאַרף מען דערציילן דעם זמן ומקום ומצב ווען דער וואָרט איז געזאָגט געוואָרן, וואָס דאָס לעבט אויף דעם וואָרט; נאָר מצד כמה טעמים וועל איך דאָס איצטער מעלים זיין.

מ'האָט געפרעגט ביי דעם אַלטן רבי'ן, וואָס האָט אויפגעטאָן מעזריטש? והכוונה: וואָס האָט אויף אים אויפגעטאָן מעזריטש? האָט ער געענטפערט: מעזריטש האָט מגלה געווען2 דעם פנימיות 187האור פון בעש"ט, דער בעש"ט האָט אין אים ממשיך געווען פנימיות האור פון נשמת הרשב"י.

חסידות איז חג"ת, הגם חסידות איז חב"ד, אָבער דער עיקר איז חג"ת3.

עס איז פאַראַן קאָפּ און האַרץ, השכלה און עבודה, פאַרשטאַנד און געפיל, לערנען און דאַוונען; עס דאַרף אַראָפּ קומען די השכלה אין עבודה. דער לערנען איז צוליב דעם דאַוונען, דער דאַוונען איז צוליב דעם נאָך דעם דאַוונען — אין כל היום; און דער דאַוונען דאַרף מאַכען אַ חלל אין די אבנים וואָס פאַרשטיינען די האַרץ4, און דאָס מאַכט אַ חלון עס זאָל אַריינלייכטן אור און ניט אַריינלאָזן די שלעכטע ווינטן.

דער אור אלקי איז פועל אַ המשכת החיות און צחצוח הכלי, צחצוח הכלי מיינט, ניט זיין קיין פרא אדם; ער רעדט זיך איין אַז ער איז עפּעס, אויב ער טוט אַ אידן אַ טובה פּאַטשט ער זיך אין בייכעל. המשכת החיות איז אָפּמינטערן, דורך דעם וואָס מען טוט פאַר עבודת התפלה.

חסידים זיינען דאָך קלוגע: ניט מעלים דעם טוב, און ער ווייסט דעם לא טוב, ער זאָגט אשמנו בגדנו. מ'זאָגט דאָך אַלע אשמנו בגדנו, אָבער דער חסידישער אשמנו — ניט סתם זאָגען די ווערטער אשמנו, נאָר דער אַריינדרינגען: וויסען וואָס איז אשמנו, וואָס איז בגדנו.

דער עיקר איז מען דאַרף דאַוונען.

הערן — דאַרף מען נעמען אַ סאַך משקה, דערהערן — גאָר אַ סאַך משקה. און בפרטי פרטיות דאַרף מען דורכלעבן דעם ענין5.

ב. (ר' מיכאל דוואָרקין6 אמר לחיים, ואמר שהשי"ת יעזור עס זאָל ווערן שלום אויף דער וועלט — ומה בקשתך — עד חצי המלכות! ואמר עוד כמה מלים — לשון של בקשה בנוגע המצב7, וע"ז אמר כ"ק שליט"א:) אין פּאַראַדקעס דאַרף מען זיך ניט מישן. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז די כוונה פנימית זאָל אויסגעפירט ווערען בחסד וברחמים.

ג. אַמאָל האָט מען ווינציגער געטאָן7, און מער אויפגעטאָן, און מען איז געווען פאַרבונדן מיט פנימיות העצם; היינט — איז גאָרניט! מען טוט גאָרניט! ער רעדט זיך איין אַז ער איז אַ משכיל, ער איז אַ עובד — עס איז פאַראַן אַ געבאָרענער משכיל, אַ געבאָרענער עובד: בשעת דער מוהל איז מתקן וואָס מען דאַרף, און זאָגט "זה הקטן גדול יהי'" — מיט דעם איז ער אַ חסיד! עס איז ניטאָ דעם פאַרן דאַוונען, ניטאָ קיין דאַוונען, און עס איז ניטאָ נאָכן דאַוונען. זיי האָבן גאָרניט אָנגעפאַנגען טאָן. יונגעלייט, ובפרט תלמידי התמימים טוען ניט אין עבודת התפלה, צייטןווייז ברענגט דאָס אַ גיעול נפש8.

188פון די גרויסע פינסטערניש אין וועלט זעט מען אַז עס הויבט זיך אַן צו טאָגען — מיר זיינען ניט מגביל קיין זמן, און דער וואָס איז מגביל איז קלאָר אַז ער ווייסט ניט — און אין דער פינסטער זעט מען ניט ווי די בגדים זיינען איינגעשמירט, די שערות צופודעלט, פון מויל פיהלט זיך אַ ריח, די אויגן פאַרקלעפּטע, און אַלע אברים זיינען ניט ווי עס דאַרף צו זיין. אַמאָל נאָך חצות האָט מען זיך משמח געווען מיט אַ דבר תורה, און דאָס איז אַ הכנה צו דעם דאַוונען.

ד. ביי חסידים, האָבן זיך די נעמען ניט געביטן. עס איז היינט אויך דאָ די נעמען: משכיל, עובד; אָבער דער מהות איז אַ אַנדערער. פאַראַן אַ קליין מהות, און אַז ער איז זיך מתעסק אין דעם וואָס מען דאַרף טאָהן, איז "זה הקטן גדול יהי'". אָבער אַז עס איז גאָר קיין מהות ניט. . .

לערנען קאָן ער דאָך, דאַוונען פוילט מען זיך, און מען מאַכט זיך גרינג דעם לעבען.

ער רופט זיך אַ "משכיל", און ער איז לא ידע מאי קאמר, ניט נאָר ווייס ער ניט וואָס ער זאָגט, נאָר ער פאַרשטייט גאָרניט וואָס יענער זאָגט. ער האָט אַ כח הדיבור — לאפאטשעט ער. אַיי דער אַלטער רבי, דער צ"צ זאָגט ניט אַזוי, איז וואָס; דער אַלטער רבי זאָגט אין לקו"ת אַזוי און דער צ"צ אין הגה"ה זאָגט אַזוי — ער ווייס גאָרניט אַז עס איז אַ סתירה, ער זאָגט און ווייס אַליין ניט וואָס ער זאָגט; אָבער דאָס איז ניט אַזוי מזיק, און פאַר יענעם איז דאָס ניט אַזאַ היזק. משא"כ העדר העבודה, העדר מדות חסידות, ער איז מבזה תורת החסידות — "פוק חזי מאי עמא דבר"9, "דבר" (אויך) מלשון "דַבֵר" — "רעדן", וואָס עמא מדבר וועגן אים: ער איז אַ חסיד? דאָס איז מדת חסידות?

די נשמות פון די רביים ווי זיי זיינען העכער פאַר גופים וועלען זיך אַריינמישן, קענען זיי מאַכן אים פאַר אַ בעל מום אויף זיין גאַנצן לעבן. עס איז שווער צו ריידן אין היפך, נאָר מ'דאַרף ריידן אין טוב, וועט מען וויסן דעם לא טוב10.

ה. ווען איינער וויל טאָן דעם צווייטן אַ טובה וואָס דאָס איז שלא לפי ערכו הן מצד מצבו הגשמי. . . ער וויל אים טאָן די טובה מיט אַ אמת, העלפן אים די רביים צו זיך אויפהויבן למעלה ממדריגתו אַז עס זאָל אַראָפּקומן אין פועל.

ו. חסידים גייען לאט לאט, אַ טראָט נאָך אַ טראָט11 מיט אַ תוקף, דער חסרון איז וואָס מען בריינגט ניט אַראָפּ אין פועל, עס דאַרף זיין "טאָפּאָראַ דאַ פּלאַחאַ"12, מ'דאַרף זיך קענען אויף דעם קלוגינקען מיט אַלע זיינע חכמה'לעך: ער זאָגט צום מענטשן: איך האָב דיר געזאָגט פריער; עס איז אַזוי מצד המצב; ער איז ניט שולדיג; די אַלע תביעות איז מצד המצב. — אָבער מ'דאַרף אים קענען, חסידים חאַפּן דעם קלוגינקען ביים האַנט13, וידוע המעשה מיט ר' נחום 189מטשערנאָבעל וועגן הבחנה שכלית מיט די הונדערט רענדלעך14.

ז. אַ וואָרט פון אַלטן רבי'ן: מען דאַרף פאַרשטיין וואָס מען וויל, און מען זאָל איבערלעבן וואָס מ'איז. אַז מען וועט וויסן וואָס מען וויל, וועט מען איבערלעבן וואָס מען איז, און עס וועט ליכטיגער ווערן אין דעם איבערלעבונג15.

עס דאַרף זיין מדות חסידות. מדות טובות איז פאַראַן ביי אַלע אידן, ביי אַלע אידן איז פאַראַן גוטס, נאָר מ'דאַרף קוקען מיט אַ שפאקטיוו, מיט אַ פאַרגרעסערונגגלאָז, כדי דאָס צו זען. מדות חסידות איז מדות נעימות, ווען ער טוט אַ צווייטן די טובה, פילט זיך ניט די טובה, נאָר די זיסקייט. מדות טובות איז "פּאַרעווע", ער טוט יענעם אַ טובה מצד רחמנות; עס איז בעסער ווי גאָרניט, אָבער ביי חסידים דאַרף זיין מדות חסידות.

ח. דער אויבערשטער זאָל העלפן מ'זאָל אַראָפּנעמען דעם פאַרהאַמערקייט פון מוח און דעם פאַרשטיינטקייט פון האַרצן.

דער אויבערשטער זאָל העלפן, ער זאָל אויפרעכטן די אידישע הערצער, וועט ער זען וואָס זיי קענען16.

עס זאָל ניט זיין נאָר גערעדט, נאָר בפועל.

דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז מען זאָל זיך זען געזונטערהייט, און די ווערטער זאָלען אַראָפּקומען אין אַ פנימיות.

ט. מצד חומר הענין וויל איך נאָכאַמאָל מזהיר זיין פאַרוואָס מ'טוט ניט אין עבודת התפלה, חסידישע יונגעלייט ובפרט תלמידי התמימים מוזן טאָן אין דאַוונען.

דער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל אַראָפּקומען אין עבודה בפועל.

י. כשניגנו את הניגון של הבינוני צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לחזור עליו כמה פעמים.

לפני שניגנו את הניגון של ד' הבבות מכ"ק אדמו"ר הזקן אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מ'דאַרף זינגען דעם אַלטן רבין'ס ניגון, נאָר מ'דאַרף זיך פריער מכין זיין, אפשר דאַרף מען פריער זאָגן אַ ניגון פון טאַטן (וניגנו הניגון הידוע בשם: "דער ראַסטאָווער ניגון"17).

הערות

עמוד 186

  1. 1. ראה גם שיחת ל"ג בעומר ושיחת י"ב תמוז שנה זו (לקמן ע' 224. ע' 241 ואילך).
  2. 2. ברשימה אחרת: אַ מלמד אַ בר פועל, ווען ער לערנט מיט'ן תלמיד, זאָגט ער אים ניט דער ענין בפשיטות אַז עס זאָל זיין אַלעס רעכט, נאָר ער זאָגט אים אַזוי אַז דער תלמיד זאָל פרעגן: רבי, עס איז דאָך אַ קשיא! און דאָס איז מרחיב באַ אים די כלי השכל — ניט די כלי השגה, נאָר די כלי השכל. אָבער דאָס איז איז אַלץ אין דעם וואָס איז שייך צו השגה, משא"כ הודאה נעמט עצם.
  3. 2. ברשימה אחרת: מעזריטש האָט אין אים מגלה געווען.

עמוד 187

  1. 3. ראה גם שיחת ליל שמח"ת ושיחת י"ט כסלו שנה זו (לעיל ע' 175. ע' 180 ואילך).
  2. 4. ברשימה אחרת: דער דאַוונען מאַכט אַ חלל אויף אַרויסנעמען די אבנים פון די שטיינערנע האַרץ.
  3. 5. ברשימה אחרת: אויף הערן אַזאַ וואָרט דאַרף מען נעמען משקה, בפרט אויף דערהערן דעם וואָרט, און גאָר בפרטי פרטית אויף אַ דורכלעבן דעם וואָרט.
  4. 6. ראה אודותו לעיל ע' 120.
  5. 7. כנראה הכוונה בנוגע המצב בארץ ישראל. — ראה גם שיחת יום ב' דר"ה שנה זו ס"ב (לעיל ע' 162).
  6. 7. ברשימה אחרת: נאָר דאָס וואָס מ'האָט געטאָן איז געווען געטאָן.
  7. 8. ברשימה אחרת: צייטן וואָס עס איז אַ גועל נפש צו קוקן אויף אַ יונגערמאַן — אָן עבודה.

עמוד 188

  1. 9. לשון חז"ל — ברכות מה, א. פסחים יד, ב. ובכ"מ.
  2. 10. ברשימה אחרת: איך וויל ניט ריידן אין דעם צד הלא טוב, איך וויל ריידן אין דעם צד הטוב.
  3. 11. ברשימה אחרת: ביי חסידים איז דער סדר לאט לאט, מ'חאַפּט ניט, אַז מ'חאַפּט — פאַרחליפּעט מען זיך, אַלס איז בסדר והדרגה.
  4. 12. {6} הקרדום (הגרזן) על העץ. — ראה לעיל ע' 26. וש"נ.
  5. 13. ברשימה אחרת: חסידות ווייסט אויף יעדערן ווי צו חאַפּן אים ביי דעם האַנט; ער איז אַ קלוגינקער, און דרייט זיך שטענדיק אַרויס. עס זשובעט, מאַכט אַ לאָך.

עמוד 189

  1. 14. ראה ספר השיחות תש"ג ע' 67 ואילך. וראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תשמא.
  2. 15. ברשימה אחרת: אַז מ'לעבט איבער וואָס מען איז, פאַרשטייט מען וואָס מען וויל, ווערט ליכטיקער אין דעם איבערלעבן.
  3. 16. ברשימה אחרת: דער אויבערשטער זאָל העלפן אַלעמען בהרחבה, וועט מען זען ווי אַלע אידן, ווי זיי זיינען, קענען זיין שומרי תורה ומצוות.
  4. 17. תוי הניגון — בספר הניגונים חלק א ניגון מד.

מצוטט ב־3 עמודים

תורת מנחם 3
  1. מ - שנת תשכ"ד - חלק שלישי ‹ בס"ד. ש"פ קרח, ג' תמוז (מאמר ב), ה'תשכ"ד ספר השיחות תש"ח ע' 189
  2. לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום שמחת תורה, ה'תשכ"ב סה"ש תש"ח ע' 187
  3. נא - שנת תשכ"ח - חלק ראשון ‹ ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשכ"ח סה"ש תש"ח ע' 187