ועש"ק י"ג אלול תש"ז
148ועש"ק י"ג אלול תש"ז
כשעה שתים וחצי אחרי הצהרים נכנסו לחדר כ"ק אדמו"ר שליט"א זקני אנ"ש והתמימים הקשישים, לברך ולהתברך ליום היובל שנים של חגיגת הנשואין של כ"ק אדמו"ר שליט"א.
כ"ק אדמו"ר שליט"א פנה אליהם בפנים צהובות ואמר: איהר ווילט דאָך עפּעס זאָגן.
הרב משה דובער ריבקין1 מקשישי התמימים פתח ואמר:
היינט איז דאָך פרייטאָג י"ג אלול, וואָס עס איז די זעלבע קביעות ווי אין יאָר תרנ"ז, ב"ה אַ פולער יובל יאָרן זינט דעם רבי'נס חתונה למזל טוב.
מיר אַלס עדה אידן צוזאַמען מיט די כהנים וועלכע געפינען זיך דאָ, ווילן זאָגן דעם רבי'ן אַ ברכה, און ווינשן מזל טוב.
דער אויבערשטער זאָל צושיקן דעם רבי'ן בקרוב ממש אַ רפואה שלימה צוזאַמען מיט די גאַנצע בני בית חיינו שליט"א, מיט אריכות ימים ושנים טובים, אַ הצלחה מרובה אין אַלע 149עבודות הקדש מתוך נחת והרחבה, און דער רבי זאָל פירן בקרוב ממש אַלע אידן לקבל פני משיח צדקנו בב"א.
כ"ק אדמו"ר שליט"א עונה אמן על הברכות האמורות, והואיל לספר:
ווען דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָבן די תלמידים מרגיש געווען באַ איהם אַ שינוי אין דער הנהגה:
בשעת דער רבי איז געוועזען באַ זיין פאָטער הרב ר' ברוך, האָט ער געזעהן ווי מען איז מקרב אנשים פשוטים, און מען איז זיי מייקר.
ווען דער רבי איז געוואָרן אַ איידים אין וויטעבסק האָט ער זיך געפירט אין דער הנהגה. די גדולי התורה אין וויטעבסק, האָבן זיך אויף דעם געוואונדערט, אַזאַ גדול בתורה איז מקרב אנשים פשוטים, און גיט זיך אָפּ מיט זיי. אַ איש פשוט האָט מען אין יענער צייט גערופן מיטן נאָמען "דרבן".
עס איז דורכגעגאַנגען עטליכע יאָר, און דער רבי איז געוואָרן עלטער, האָבן זיך צו אים צוגעקלעפט תלמידים, פערלדיגע תלמידים, און ער האָט אויף זיי משפיע געווען מתורתו. ער האָט זיך אויך אָפּגעגעבן מיט אנשים פשוטים, זיי מקרב געווען, אָבער ער האָט אַ סאַך געלערנט בינו לבין עצמו.
דענסטמאָל האָט מען געהאַלטן אַז עס איז דאָ ג' מיני אהבה, אהבת השם אהבת התורה און אהבת ישראל. אהבת השם איז הן וואָס מען פאַרשטייט און הן דאָס וואָס מען פאַרשטייט ניט, אהבת התורה איז אפילו אויף דעם וואָס מען האָט נאָך ניט אויסגעשעפּט פון תורה, אהבת ישראל איז, האָלט האָבן אַ בן תורה2.
ווען דער אַלטער רבי איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָבן די תלמידים געזעהן אַ שינוי, הן אין די אמירת התורות, און הן אין דער הנהגה פון מייקר זיין אנשים פשוטים3.
ער האָט דאַן געזאָגט צו די תלמידים4: אהבת ישראל איז, אַז מען דאַרף האָלט האָבן אַלע אידן, אפילו אנשים פשוטים (און נישט ווי עס איז געווען דענסטמאָל די הנהגה אַז בני תורה זיינען געווען בדלים (אָפּגעזונדערט) פון אנשים פשוטים), און דאָס ברענגט צו אהבת התורה, און דענסטמאָל האָט מען אַ חוש אין אהבת השם5.
בכללות איז די הנהגה פון אדמו"ר הזקן געוועזן, אַז ער פלעגט זאָגן די תלמידים, אַז זיי זאָלן פרעגן, וואָס זיי האָבן צו פרעגן, דאַן איז געווען אַ זמן וואָס מען האָט געפרעגט, און מען האָט זיך ניט באַנוגענט מיט אמונה אַליין. האָבן די תלמידים געפרעגט: אהבת השם איז דאָך למעלה מהבנה והשגה, אהבת התורה איז דאָך קבוע בלב, און אהבת ישראל איז דאָך ניט אַלע גלייך, דעם דאַרפמען האָלט האָבן, און דעם אַנדערן בניחותא.
והשיב להם אדמו"ר הזקן:
אהבת ישראל, האָלט האָבן אַ אידן מיט אַ פנימיות, קומט מען צו דורך דעם צו אהבת התורה, אַז ניט נאָר דאָס [וואָס] עס איז באתגליא, נאָר אפילו דאָס וואָס 150מען האָט ניט דערגראָבן, און דענסטמאָל קומט מען צו, צו אהבת השם, אהבה עצמית, אהבתי אתכם אמר הוי'6, אַלעמען אָן חילוקים.
דאָס איז איינער פון די סיפורים — אומר כ"ק אדמו"ר שליט"א — וואָס דער טאַטע האָט דערציילט אין דעם זמן החתונה, בשבעת ימי המשתה, שהי' מספר אז בכל יום משבעת ימי המשתה איזה סיפור מהבעש"ט, המגיד, פון דעם אַלטן רבי'ן, מהצ"צ, ומאביו; און יעדען סיפור האָט ער — דער טאַטע — צוגעפירט צו אַ ענין און האָט דאָס מבאר געווען בארוכה.
דער טאַטע האָט דענסטמאָל געזאָגט: מען זאָגט "חסידות און מדות חסידות"; לכאורה וואָס מיינט מען "מדות חסידות"7, חסידות איז דאָך השכלה והשגה, טא וואָס איז "מדות חסידות", נאָר מוחין איז צוליב עבודה בפועל — האָלט האָבן אַ איש פשוט.
וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין די דבר הברכה אין אריכות ימים און בריאות הנכונה. דער אויבערשטער זאָל געבן מען זאָל האָבן נחת פון אידן ברוחניות ובגשמיות, אידן זאָל זיין באמת גוט, אין גשמיות און אין רוחניות, מען זאָל זוכה זיין צו דעם גילוי ביאת המשיח בקרוב ממש.
הערות
עמוד 148
- 1. בעמח"ס אשכבתא דרבי (ברוקלין, תשי"ג). נולד כ"א כסלו תרנ"ג. נפטר י"ח מרחשון תשל"ז.
עמוד 149
- 2. ראה ספר השיחות תש"ה ס"ע 117 ואילך.
- 3. ראה גם שיחת ל"ג בעומר שנה זו. י"ט כסלו תש"ח (לעיל ע' 123. לקמן ע' 181).
- 4. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 5. ראה גם ספר השיחות שם ע' 120. שיחת ג' דחול המועד פסח תש"ח. י"ט כסלו תש"ט. רשימה מחורף ה'שי"ת ס"ב (לקמן ע' 213. ע' 291. ע' 347).
עמוד 150
- 6. מלאכי א, ב.
- 7. ראה גם שיחת ליל שש"פ שנה זו (לעיל ע' 117).

