משיחת ליל ש"ק נח, בדר"ח מר­חשון, תש"ז

81משיחת ליל ש"ק נח, בדר"ח מרחשון, תש"ז

א. שבת פ' נח רנ"ג האָט כ"ק אאמו"ר נ"ע פאַרבראַכט — בכלל איז ידוע אַז עס איז געווען שינויים אין די פאַרבריינגעניש, די פריערדיקע יאָרען איז געווען אריכות'דיקע פאַרבריינגען — האָט ער דאַמאָלסט געזאָגט: מען דאַרף לעבען מיט די סדרה פון דער וואָך1.

כ"ק אאמו"ר נ"ע פלעגט יעדען פרייטאָג פאַרנאַכט גיין לאמו הרבנית2 זאָגען אַז עס איז די צייט בענטשען ליכט, און ער פלעגט טרייסלען די קעשענעס. איינמאָל איז געווען פאַרנייט איין קעשענע, האָט ער געזאָגט: גענוג אַז מען ליידט פון די השכלה אין גליא שבתורה און פון השכלה אין פנימיות התורה, דאַרף מען אויך ליידען פון שניידערס השכלות.

ביי יענעם פאַרבריינגען רנ"ג האָט כ"ק אאמו"ר נ"ע געזאָגט: ביי נח שטייט3 "ונח מצא חן בעיני ה'", נח איז געווען ע"ד ווי אַ פרומער מתנגד. אַ מתנגד האָט 2 זייטען אַ רעכטע און אַ לינקע, אין די רעכטע זייט איז ער אַ יר"ש און פון די לינקע זייט איז ער אַ. .., נישט ח"ו אַ. .. בדעות, נאָר ער דערהערט די מעלה פון אויבערשטען ב"ה וואָס ער 82האָט עם באַשאַפען. דאָס איז "ונח מצא חן", נח האָט געוואוסט אַז "מצא חן", און פאַרוואָס ער איז "מצא חן"4.

ב. מען דאַרף דאַוונען. דאַוונען מיט השכלה — נו, טראַכטען אַ ענין אינמיטן דאַוונען — נו.

הגם שכל איז מגלה מדות, אָבער שכל קילט אויך אָפּ מדות.

מען דאַרף מאַטערען דעם מוח 2 שעה פאַר דעם דאַוונען, דורך דעם ווערט התעוררות הלב, עס ווערט נתגלה די פּינטל האַרץ, און נאָך מיט אַ ניגון.

ג. אאמו"ר נ"ע והרז"א האָבען געלערנט ביי שלום מקאַדין5, אאמו"ר נ"ע הי' מאריך בתפלה פלעגט ער אָנהויבען פריער דאַוונען. דער מלמד האָט זיך פאַרקלאָגט פאַר אמו הרבנית נ"ע2 אַז נאָכן דאַוונען בלייבט ער אָן כחות, און בשעת לערנען איז דער עיקר רצון זיינער ניט אַזוי אַפן לערנען ווי אויף מקיים זיין וואָס ער לערענט.

הרבנית האָט דאָס דערציילט אדמו"ר מוהר"ש נ"ע, האָט ער געזאָגט: מען וועט זען.

איינמאָל אין אַ וואָכעןטאָג ווען אאמו"ר נ"ע האָט געהאַלטן אין מיטן דאַוונען מיט'ן טלית איבערן קאָפּ און מיט אַ ניגון, האָט אדמו"ר מוהר"ש אויפגעהויבן דעם טלית, זיינען די אויגען געווען ביי אים פאַרגלאַנצט, און פון רוב דביקות האָט אאמו"ר די גאַנצע זאַך ניט מרגיש געווען6.

האָט געזאָגט אדמו"ר מוהר"ש להרבנית: נו, קען מען האָבען אַ האַרץ אים נישט הייסן, ער מצד כיבוד אב וועט ער דאָך פאָלגען, ס'איז דאָך אַ דאָפּעלטער רחמנות: אַ רחמנות ביי אים דאָס אַוועקנעמען, און צווייטענס אַ רחמנות אויפ'ן אויבערשטען צונעמען דעם נחת רוח וואָס מען האָט פון דעם למעלה7. כאשר היתה מספרת זאת להרבי שליט"א אודות זה הסיפור, היו דמעות נוצצות בעיני'.

ד. אדמו"ר מוהר"ש האָט געזאָגט לבן אחיו ר' אברהם קישינעווער8 אויף אאמו"ר נ"ע אַז ער שלאָפט מיט'ן ראַנעץ.

אַ סאָלדאַט טראָגט אַ ראַנעץ, דאָס איז דער ענין פון קבלת עול. און שלאָפען אין ראַנעץ, דאָס איז דער תענוג און חיות אין קבלת עול.

על הרז"א אמר מהר"ש: רז"א איז דער ענין פון רזא9. ער איז אַ בעל סוד, אַז ער אַליין ווייסט ניט אַז ער האָט אַ סוד.

83ער איז אַ בעל מדות טובות, נאָר ס'איז ביי אים נישט קיין געהאָרעוועטע. אָבער עם, אאמו"ר נ"ע, קומט אַלץ אַן שווער — מען שטעלט אים נסיונות.

ה. אצל אדמו"ר מהר"ש בש"ק, איז געווען איינער פון די קינדער אאמו"ר נ"ע או הרז"א, צום טיש10 — מער איז דאָס געווען בליל ש"ק, וואָרום שבת ביי טאָג איז מען דאָך פאַרמאַטערט פון דאַוונען, מען דאַרף ניט איילען — און דער דריטער צום מזומן איז געווען בן ציון דער משרת11, והי' מברך על הכוס12,

— (גם כ"ק אדמו"ר שליט"א בירך על הכוס אף שלא היו רק ג', וכן צוה לברך על הכוס גם בסעודת היום) —

אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט אַז דאַמאָלסט איז ביי אונז געווען דער ענין: משם היו שואבים13. ווי אַזוי עס איז ביי דעם ברודער ווייס איך ניט, נאָר ביי מיר איז דאָס געווען משם היו שואבים14.

ו. אצל אאמו"ר נ"ע הי' ענינים שנהג בזה אך בהיותו בליובאַוויטש, ווי די קייליכדיגע היטל15, אין אויסלאַנד ניט. אויך אויף דאַטשע פלעגט ער טראָגען אַ זיידענע היטל16.

שאלה: צי ער פלעגט טראָגען מוצש"ק די זיידענע קאַפּאָטע? תשובה: ער האָט געטראָגען אָבער אַ אַנדערע ניט די פון שבת, וכן במוציו"ט, גם בחוה"מ האָט ער געטראָגן אַ זיידענע קאַפּאָטע.

הערות

עמוד 81

  1. 1. ראה גם ספר השיחות תש"ב ע' 29 ואילך. הועתק ב"היום יום" ב חשון — משיחת מוצש"ק לך לך תרנ"א.
  2. 2. הרבנית הצדקנית מרת רבקה. — ראה אודותה לעיל ע' 14.
  3. 3. בראשית ו, ח.

עמוד 82

  1. 4. המשך לזה — ראה השיחה בסעודת היום (לקמן ע' 83 ואילך).
  2. 5. ראה גם שיחת עש"ק פ' שופטים תש"ו (לעיל ס"ע 55 ואילך).
  3. 2. הרבנית הצדקנית מרת רבקה. — ראה אודותה לעיל ע' 14.
  4. 6. ראה גם שיחת יום אחש"פ תש"ח ס"ד. ליל ב' דחה"ס השי"ת (לקמן ע' 221. ע' 367). רשימת היומן ש"פ קדושים תרצ"ה ("רשימות" חוברת קמג ע' 4). "חנוך לנער" ע' 10 הערה 10.
  5. 7. נוסחא אחרת: עס איז דאָך אַ דאָפּעלטער רחמנות: ער מצד כבוד אם וועט ער דאָך אויפהערן — איז איינמאָל אַ רחמנות ביי אים דאָס אַוועקנעמען. און צווייטנס — צונעמען דעם נחת רוח וואָס מען האָט פון דעם למעלה.
  6. 8. הרה"ק וכו' ר' אברהם שניאורסאהן מקישינוב. בן כ"ק אדמו"ר מהרי"נ מנעזשין בן כ"ק אדמו"ר הצמח צדק. חותנו של רבינו. — ראה אודותו — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 81 הערה 55. וראה לקמן ע' 132.
  7. 9. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 113 (הועתק בספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ע' 22).

עמוד 83

  1. 10. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 30.
  2. 11. נזכר באגרות-קודש ח"ג ע' תעה. ח"ד ס"ע רצה ואילך. ח"ו ע' עבעג. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 139. תש"ב ע' 87. תש"ג ע' 72 ואילך. תש"ד ע' 121. לקמן ע' 108. ע' 384. ע' 395.
  3. 12. ראה שו"ע אדה"ז או"ח סקפ"ב ס"א. וראה "היום יום" יד כסלו: "מברכין ברכת המזון בכוס של ברכה אף שאין עשרה". וראה גם לקמן ע' 159.
  4. 13. ירושלמי סוכה פ"ה ה"א.
  5. 14. ברשימה אחרת: כאן הי' הדיבור אודות הרבנית.
  6. 15. שטריימל (ספר השיחות שבהערה הבאה).
  7. 16. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 140 ואילך.

מצוטט בעמוד אחד

תורת מנחם 1
  1. כב - שנת תשח"י - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תשח"י. סה"ש תש"ז ע' 82