ש"פ וישלח, י"ט כסלו תש"ו
(כשנכנסו אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א): גוט יום טוב.
א. ביי דעם צ"צ איז געווען דער ענין פון יו"ט י"ט כסלו בפרסום עד שנת תרט"ז, ווען צוליב מורא פון מאסר איז דאָס גיוואָרען נאָר בחשאי2.
ב. היינט איז באַ מיר אַ יום טוב, עס 17איז פופציג יאָהר זייט איך האָב געהערט, אין שנת תרנ"ו, פון טאַטען — אדמו"ר הרש"ב נ"ע — אויף י"ט כסלו: "יום זה קרוב להיות ראש השנה"3.
דער לשון "קרוב" איז, ווייל אויף זיך האָט דער טאַטע ניט געוואָלט זאָגען בודאות4.
ג. איך האָב אייך אַ סוד צו מגלה זיין, ח"י אלול תרנ"ה האָט מיר דער טאַטע אַריינגערופען און האָט מיר געלערנט (די הדרכה בדרכי החסידות), ער האָט מיר געזאָגט אַז ביי די רביים האָט זיך דאָס אָנגעהויבען צו צען יאָהר נאָר ביי מיר (כ"ק אדמו"ר שליט"א) איז דאָס גיווען צו 15 יאָהר5, צוליב די נסיעות. און דער טאַטע האָט מיר מגלה סוד געווען, אַז אדמו"ר הזקן האָט געהאַט מדי שנה בשנה די דריי חדשים, פון ח"י אלול ביז י"ט כסלו6, מסירת נפש אויף תיקון החב"ד.
ח"י תשרי חוהמ"ס תרנ"ו האָט מיר דער טאַטע אַריינגערופען, און האָט געזאָגט: היינט איז נשלם געוואָרען תיקון החכמה, ח"י חשון האָט ער אָפּגעלייגט אויף כ' חשון7, (דאַמאָלסט האָב איך ניט געוואוסט דעם טעם8) האָט ער מיר געזאָגט אַז עס איז נשלם געוואָרען תיקון הבינה, י"ט כסלו האָט ער געזאָגט היינט איז נשלם געוואָרען דעת, און האָט מיר אָנגעזאָגט צו האַלטען בסוד, אַז מען זאָל אפילו נישט דערקענען אויף מיר אַז איך האָב אַ סוד9.
ד. תרנ"ו י"ט כסלו האָט אאמו"ר נ"ע פאַרבראַכט, און האָט געזאָגט אַז אדמו"ר האמצעי האָט געזאָגט10 אַז פאַר לערנען חסידות אָן עבודת התפלה קריגט מען אַ שנעל אין נאָז פון טאַטען (אדמו"ר הזקן), עס איז אַ חוצפה וקרוב הדבר לאמר שהעמיד צלם בהיכל, וביאר אאמו"ר נ"ע וואָס הייסט אַ רבי'ס אַ גלעט און וואָס איז אַ שנעל, ושאל ר' הענדל11: מיט וואָס דאַווענט מען? והראה אאמו"ר באצבעו על לבו, ואמר: מיט דעם.
ה. אַז מען הערט חסידות פון 18עמיצען וועלכער טוהט אין עבודת התפלה, קען זיין, אַז דער מקבל זאָל פאַרשטיין אַ זאַך וואָס דער משפיע פאַרשטייט נישט אין זיינע אייגענע רייד.
אַז מען איז מקבל חסידות פון איינעם וואָס טוהט ניט אין עבודת התפלה איז דאָס סקילה ברוחניות.
אצל אדמו"ר האמצעי הי' תקנות אַז פון איינעם וועלכער טוט נישט אין עבודת התפלה זאָל מען נישט הערען קיין חסידות12, ור' הענדל הי' זוכר שלפעמים אַז מען פלעגט קומען אין אַ שטאָט טרעפען איינעם זאָגענדיק חסידות, פלעגט מען פרעגען: פון אים מעג מען הערען חסידות?
ו. אַ חסידישער רב פון סמיליאַן איז געקומען צום מהר"ש און האָט זיך באַקלאָגט אויף די וואָס הערען פון איהם חסידות אַז זיי הערען נישט, און עס קומט ניט אַראָפּ בפועל. וענה לו אדמו"ר מוהר"ש: און וואָס טוהט זיך מיט דיר אַליין, אַ פיש שמעקט פון קאָפּ. — ער איז געווען אַ חסידישער איד, האָט דאָס גע'פּועל'ט אויף אים.
ז. אַ הכנה צו עבודת התפלה הויבט זיך אָן פון קריאת שמע שעל המטה13, אויך תיקון חצות אויב מען איז שייך צו דעם.
(שאל הרש"ל שי': וואָס הייסט שייך צו דעם? וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) איך מיין מצד בריאות הגוף. (שאל הרמ"ש שי': צי איז דער שלאָפן ניט קיין הפסק ניט נוגע? וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מען שלאָפט אַנדערש, עס איז שוין גאָר נוגע.
(הרש"ל שי' סיפר אַז ער האָט גיזעהן פּראָסטע אידען ריכטען אָפּ חצות מיט אַ מנין. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) באַ אידען איז ניטאָ קיין פּראָסטע.
ח. היינט איז ראש השנה, דער אויבערשטער זאָל העלפען עס זאָל נמשך ווערן. (ואמר הרש"ל שי': און וואָס איז מכח גשמיות? וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אידישע גשמיות איז רוחניות.
אַז מען זאָל זיין האַלב פון דעם ווי מען ווייסט ווי מ'דאַרף זיין וואָלט שוין אויך געווען...
ט. מ'האָט אַמאָל געפרעגט ביים אַלטן רבי'ן, פאַרוואָס חסידים זינגען ביים דאַוונען14, וענה: ביים דאַוונען דאַרף זיין עס זאָל "דערנעמען", ער זאָל נתעורר ווערען, און אַז עס דערנעמט זינגט זיך.
וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען דאַרף זינגען אַ ניגון עס זאָל "דערנעמען". ביי אַ ניגון דאַרף מען ניט שרייען, דאָס איז אַ קול כסיל, נאָר זינגען אַ פּנימיות'דיגען ניגון, אַז עס זאָל דערנעמען.
הערות
עמוד 16
- 1. ע"ד חגיגת י"ט כסלו תש"ו — ראה קובץ ליובאַוויטש שנה שלישית חוברת א' ע' 1: דער היייעהריגער חסידישער יום טוב י"ט כסלו, וועלכער איז אויסגעפאַלען ש"ק פ' וישלח איז געפּראַוועט געוואָרען בבית רבנו שבת, י"ט כסלו און זונטאָג, כ' כסלו. ש"ק וישלח בעת די סעודות, האָט דער רבי שליט"א פאַרבראַכט נאָר מיט איינצעלנע מקורבים און זונטאָג לעת ערב, נאָכדעם ווי א גרעסערער עולם אנ"ש און תמימים האָבען איינטייל גענומען אין די טראַדיציאָנעלע סעודת י"ט כסלו אין גרויסען ביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר שליט"א אויף 770 איסטערן פּאַרקוויי, זיינען אַריין צום רבי'ן אנ"ש חסידים, רבנים ותמימים, און דער רבי האָט פאַרבראַכט במסיבת י"ט כסלו אייניגע שטונדען. סיי בעת די סעודות ש"ק און סיי בעת די התועדות זונטאָג, האָט דער רבי שליט"א געזאָגט דברי חסידות און דערציילט סיפורים. כדרכו בקודש איז די לעצטע צייט, צו זאָגען זעהר בקיצור, בבחי' מועט המחזיק את המרובה, בלויז די נקודות פון די ענינים, וואָס יעדער פון זיי פאָדערט אַ לענגערן ביאור און הסבר. — ראה לקמן ע' 404 — נספח לשיחות יט כסלו תש"ו.
- 2. ראה אגרות-קודש ח"ד ע' רסח: "בשנת תרט"ז הי' — ל"ע — עת צרה ליהודי מדינת רוסיא בגשמיות, והעיקר ברוחניות כו'".
עמוד 17
- 3. ראה מכתב כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע מיום ד' ט"ז כסלו תרס"ב (אגרות-קודש ח"א ע' רנט): "וקרוב הדבר אשר היום הזה הוא ר"ה לדא"ח". וראה שיחת י"ט כסלו תרס"ד (ספר השיחות תורת שלום ס"ע 43 ואילך): "און אַזוי האָב איך אויך גישריבען אַמאָל. . אַז י"ט כסלו איז ר"ה פון חסידות כו'".
- 4. להעיר שבהעתקת מכתב הנ"ל (בהערה הקודמת) בשיחת כ' כסלו תרצ"ב (לקו"ד ח"ד תשנט, ב) וב"היום יום" בתחילתו — נשמטו התיבות "וקרוב הדבר" .
- 5. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 144. תש"ה ע' 78. ע' 111 ואילך. ע' 124 ואילך.
- 6. ראה גם שיחת יום ב' דחג הסוכות שנה זו (לעיל ע' 6).
- 7. ע"ד חגיגת יום הולדת כ' מרחשון תרנ"ו — ראה רשימת היומן של רבינו מיום הנ"ל — נדפס בסה"מ תש"ט ע' 86 ואילך.
- 8. להעיר אשר כבר משנת תרנ"ד ואילך התחיל רבינו לחגוג יחד עם אביו כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע את יום הולדת כ' מרחשון. — רשימת היומן של רבינו מיום י"ט מרחשון תרפ"א — "התמים" חוברת ג ע' לב [קלב, ב].
- 9. להעיר מג' הדרגות בבעל סוד — ראה ספר השיחות תש"ג ס"ע 91 ואילך.
- 10. ראה גם שיחת ליל שמחת תורה תש"ז ס"ב (לקמן ע' 72).
- 11. המשפיע החסיד והעובד ר' חנוך הענדל קוגל מפּלעשעניץ. ראה אודותו ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 32. וש"נ.
- . ראה גם ד"ה לכה דודי תשי"ד ס"ב (סה"מ מלוקט ח"א ע' מד) ובהערה 11, ושם שכ"ק אדמו"ר מהוריי"צ אמר לכ"ק אביו אדמו"ר מהורש"ב נ"ע: "מה שאצלך בדרך אפשר נעשה אצלי דבר ודאי". עיי"ש בארוכה.
עמוד 18
- 12. ראה גם שיחת ליל שביעי של פסח תש"ז (לקמן ע' 114).
- 13. ראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 115.
- 14. ראה שיחת י"ט כסלו תש"ח (לקמן ע' 180).

