ליל א' דחג הסוכות תש"ו

3ליל א' דחג הסוכות תש"ו

א. כ"ק אדמו"ר שליט"א ציוה לנגן ואמר:

אַ פנימיות'דיגען ניגון; עס זאָל דורכנעמען די פנימיות, עס באַדאַרף ניט ניכר זיין אין די חיצוניות, עס דאַרף דערנעמען די פנימיות. אין חיצוניות באַדאַרף ניט ניכר זיין.

ב. עס איז ידוע באַ חסידים אַז דער אַלטער רבי האָט געהאַט מסירת נפש בפועל אויף מנהגי קודש הקדשים מורנו הבעש"ט נ"ע.

איינער פון די מנהגי קודש של מורנו הבעש"ט נ"ע איז געווען די עבודה בשמחה בחג הסוכות מיט גאָר פּשוטע אידן.

עס איז ידוע דער מאמר קדש וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט בשם הבעש"ט, אַז דעם פּשוט'ן אידנ'ס קיום המצות מצד אמונה אין עצמות, איז אַ כלי צו עצמות און איז גורם אַ נחת רוח אין עצמות. די פשיטות העצמות איז שורה אין דער כלי פון קיום המצות בפשיטות1.

ג. מורנו הבעש"ט האָט געהאַט אַ געבויטע וואַרעמע סוכה2.

דער בעש"ט האָט געזאָגט, אַז זיין נוי סוכה3 זיינען פּשוט'ע קבלת עול אידן, וואָס זיינען גורם אַ שמחה למעלה מיט זייער שמחה של מצוה מצד אמונה פשוטה.

ד. אַ אזן שומעת4 איז וואָס מען 4הערט אָט דאָס וואָס מען דערציילט, אָבער אַ אזן מלין תבחן5 איז צו דערהערן ווי מען דערציילט6.

דער חילוק פון הערן וואָס מען דערציילט און הערן ווי מען דערציילט איז, אַז אין הערן וואָס מען דערציילט הערט מען דעם גוף הסיפור און אין הערן ווי מען דערציילט הערט מען די נשמה פון דעם סיפור.

אויף צו האָבן אַ אזן שומעת באַדאַרף מען אויך האָבן אַ ריבוי יגיעה און בפרט אויף צו האָבן אַ אזן מילין תבחן באַדאַרף מען אַ רצון פנימי און אַ עונג אין דער יגיעה אויף צו דערהערן אָט דאָס וואָס מען הערט.

ה. דער מיטעלער רבי האָט דערציילט, אַז החסיד ר' פנחס שקלאָווער7 האָט איהם דערציילט דעם וואָרט וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט אין שקלאָוו, דורכפאָרענדיק פון מעזריטש אין יאָר תקל"א8:

עס איז אַ סך גרינגער פועל צו זיין מוחין דגדלות אויף מחדש זיין אין תורה, ווי פועל זיין דעם תיקון המדות.

און האָט מסיים געווען: פאָרט אין מעזריטש וועט איר מקבל זיין דעם סדר עבודה ווי מען מאַכט אַז די מדות זאָלען זיין ווי על פי התורה איז, דעמאָלט וועט מען דערהערן דעם אור פנימי וואָס איז מאיר אין גליא שבתורה.

ו. דער עלטער זיידע, דער רבי צמח צדק, האָט געזאָגט דעם זיידען, דעם רבי'ן מהר"ש נ"ע:

ביי דעם זיידן — כ"ק אדמו"ר הזקן — איז געווען דער עיקר עבודת הלב, ביי דעם שווער — כ"ק אדמו"ר האמצעי — איז געווען דער עיקר עבודת המוח9.

דער טאַטע האָט מיר דערציילט אויף יחידות, אלול תרנ"ט, וואָס דער זיידע, דער רבי מהר"ש, האָט געהערט פון זיין פאָטער, אדמו"ר צמח צדק, וואָס ער האָט געהערט פון זיין זיידן אדמו"ר הזקן פאַר זיין ברמצוה10.

פאַר בר מצוה האָט אים דער אַלטער רבי אַריינגערופן און האָט אים געזאָגט:

אין אהבת השם זיינען פאַראַן שלשה אופני אהבה: בכל לבבך, בכל נפשך ובכל מאדך11. בכל לבבך איז פאַראַן ביי אַלע אידן; בכל נפשך איז פאַראַן ביי מביני מדע; ובכל מאדך איז ביי דעם וואָס האָט מסירת נפש אויף מקנה צו זיין אין אַ אידען אַ מדה טובה.

הערות

עמוד 3

  1. 1. ראה גם סה"מ תרצ"ו ע' 13. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 228. לקמן ע' 64. ע' 69. ע' 119. ע' 136. ע' 154. ע' 161. ע' 203. ע' 248. ע' 383.
  2. 2. ע"ד סוכתו של הבעש"ט — ראה גם שיחת יום ב' דחג הסוכות תשכ"ה. תשכ"ז.
  3. 3. ע"ד נוי סוכה — ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 12. שיחת יום שמח"ת תש"ל.
  4. 4. ע"פ לשון המשנה — אבות פ"ב מ"א.

עמוד 4

  1. 5. ע"פ איוב יב, יא. שם לד, ג. וראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 169. לקמן ע' 249.
  2. 6. ראה ספר השיחות שם ע' 343 ואילך. שיחת ל"ג בעומר תש"ח ס"ג (לקמן ע' 225).
  3. 7. ר' פנחס רייזעס בן הגאון הרב חנוך העניך שיק משקלאָוו. ראה אודותו בהוספות למאמרי אדמו"ר הזקן — הנחות הר"פ ז"ל ע' קצא. וש"נ. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 55. שם ע' 126. לקמן ע' 74. ע' 154. ע' 245 ואילך. ע' 258. ועוד.
  4. 8. ראה ספר השיחות שם ע' 6660. וש"נ.
  5. 9. ראה ספר השיחות תש"ג ע' 114.
  6. 10. עוד ענינים שאמר אדה"ז לאדמו"ר הצ"צ בקשר להברמצוה שלו — ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 87. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 114.
  7. 11. ואתחנן ו, ה.

מצוטט ב־10 עמודים

לקוטי שיחות 1
  1. כרך כג ‹ הוספות - שיחות ‹ שיחה ג ‹ 254 סה"ש היש"ת ע' 3
תורת מנחם 6
  1. טז - שנת תשט"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות ה'תשט"ז. סה"ש תש"ו ע' 3
  2. יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ו ע' 3
  3. יח - שנת תשי"ז - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ וישב, כ"ף כסלו ה'תשי"ז. סה"ש תש"ו ע' 3
  4. כ - שנת תשי"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת ש"פ במדבר, מבה"ח סיון, ה'תשי"ז. סה"ש תש"ו ע' 3
  5. ל - שנת תשכ"א - חלק שני ‹ בס"ד. חלק משיחת ש"פ בהר-בחוקותי, מבה"ח סיון ה'תשכ"א סה"ש תש"ו ע' 3
  6. לא - שנת תשכ"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות, ה'תשכ"א סה"ש תש"ו ע' 3
כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 3
  1. הוספות ‹ קנז ספר השיחות תש"ו ע' 3
  2. הוספות ‹ ר ספר השיחות תש"ו ע' 3
  3. הוספות ‹ רמה ספר השיחות תש"ו ע' 3