ש"פ פינחס, ט"ז תמוז, תרפ"ז

173ש"פ פינחס, ט"ז תמוז, תרפ"ז

א. [במשך ההתוועדות אמר כ"ק אדמו"ר כמ"פ:] דאָס איז דאָך די סעודת הודאה1.

ב. עס איז דאָך די צייט וואָס והפכתי אבלם לששון2 דער אויבערשטער זאָל געבן אַז מען זאָל אָנהויבן זעצן פאַר ניט לערנען.

חסידות איז ניט קיין זמן, דאָס הייסט מצד הבריאות, נאָר פאַרבריינגען האָט מען אפילו יאָ געדאַרפט, נאָר כו'.

מען שאָקלט זיך און מען שאָקלט זיך, און צו דער זאַך גייט מען ניט צו. עס איז שווער צו ריידן, ס'איז טאַקע דער דוחק הפרנסה, אַז ס'קיין צייט ניטאָ אויף לערנען, און אַז מען לערנט איז לבו בל עמו, ווען דער אויבערשטער זאָל געבן אַז ס'זאָל זיין מתוך הרחבה, וואָלט ער בעסער מאַכן, נאָר מען דאַרף דאָך פאָרט צו גיין צום אמת.

מען דאַרף אָנטאָן דעם ראַיינעץ, דער ענין פון חסידות איז אַז וואָס אין מוח זאָל אַראָפּקומען אין מדות, און עס זאָל זיין די התאחדות פון מוחין און מדות, און עס זאָל אַראָפּקומען אין עבודה בפו"מ.

ב. דער רבי (רבינו הזקן) בעת ער איז געקומען פון פּעטערבורג, האָט ער געזאָגט פאַר'ן מיטעלן רבי'ן אַ מאמר (אינגאַנצן עטלעכע שורות) וואָס הויבט זיך אָן "שאו ידיכם קודש".

עס איז ידוע3 אַז דער מיטעלער רבי 174מיט דעם אלטן רבי'ן זיינען געווען חלוקים בעבודתם, וכידוע המעשה שאמר אדמו"ר האמצעי לאביו, איך בין שענער פאַר דיר, דו האָסט ניט געהאַט אַזאַ טאַטן ווי איך האָב, ואמר לו איך בין שענער פון דיר, דו האָסט ניט אַזאַ זון ווי איך האָב.

והוא מפני שהיו חלוקים בעבודתם, אדמו"ר האמצעי הי' בבחי' מוחין, והרבי הי' עבודתו בבחי' התפעלות הלב, אך זה הי' קודם פּעטערבורג, אך אח"כ בבואו מפּעטערבורג אמר לו (מיט אַ ניגון) דו ביסט גערעכט נאָר מיט עבודה, ואמר לו מאמר והוא שורות אחדות4:

שאו ידיכם קודש5 — זהו העלאת המדות במוחין והארת המוחין בהמדות, וברכו את הוי'5 — שממשיכים על ידי זה שם הוי' דלעילא, שעל ידי זה פועל שיהי' — יברכך הוי' מציון6 — המשכת שם הוי' מעצמיות הנשמה, עושה שמים וארץ6 — שעי"ז הוא קיום העולמות. ע"כ. און ער וועט נתבאר ווערן אין די מאמרים7.

חסידות איז אַז דאָס וואָס מ'פאַרשטייט אין מוח זאָל אַראָפּקומען אין לב און ס'זאָל זיין די התאחדות פון מוח מיט לב, אַז ס'זאָל אַראָפּקומען אין עבודה בפועל ממש.

די וואָס האָבן געהאַלטן נאָר באַ די השכלה פון חסידות, זיינען ל"ע נתרחק געוואָרן דערנאָך, ניט נאָר פון ציור חסיד, וואָס דער ענין פון חסיד איז דאָך אַ ענין נעלה — מעביר על מדותיו כו', עס איז דאָך פאַראָן אַ ציור פון אַ פּראָסטן אידן, זיינען זיי נתרחק געוואָרן פון אַ פּראָסטן אידן, אפילו די וואָס האָבן ניט מחסר געווען (ניט מרוחק געוואָרן) פון תורה ומצות, נאָר פונדעסטוועגן, סוף כל סוף האָבן זיי גורם געווען אַ פּירוד, צי אין זיך צי אין יענעם, נאָר וואָדען אַז ס'זאָל זיין עבודה בפועל ממש.

מדות לא טובות, איז אין קדושה זיינען זיי אויך לא טובות, העזה וחוצפה שקר איז אין קדושה ניטא, גיאות איז יע פאַראַן אין קדושה, רמה קרני בהוי'8, ויגבה לבו בדרכי הוי'9, וואָס דאָס איז ניט קיין ענין פון גאוה, נאָר תקיפות10, אַזוי ווי ואתהלכה ברחבה11. העזה און שקר איז אין קדושה ניטאָ, אויך וואָס אַלע האָבן זיך אויסגעגלייכט, וואָס מען רעכנט אַז אַזוי ווי בזה הזמן איז ירהבו הנער בזקן12 מיינט מען אַז אין קדושה איז אויך אַזוי, אָבער דער אמת איז אַז נער דאַרף וויסן אַז ער איז אַ נער, און דער אויבערשטער זאָל געבן אַז ער זאָל קיין נאַר ניט זיין, און דער זקן דאַרף וויסן אַז ער איז אַ עלטערער, מצד די אחריות וואָס אויף אים, כי ממנו ילמדו, און השכלה פעלט איצט ניט, אַז מען גיט אימעצן אַ קוועטש, זאָגט ער צי אמת אָדער שקר.

דער ענין איז אַז חסידות דאַרף זיין דברי הרב13. אָבער אַרום חסידות, דער וואָס איז ניט קיין אחראי פאַר זיינע 175ווערטער, קען מען דאָך ריידן וואָס ס'איז פאַראַן געשמאַקע הסברים וואָס ס'איז דאָך גוט אויך צו הערן.

השכלה פעלט ניט, כבר נפקחו המקורים פון יפוצו מעיינותיך חוצה14, נאָר עס פעלט דער חיות, ס'איז אָן אַ תוך דער לימוד חסידות, לא רק ענין הידיעה, כ"א לידע המעשה כו' אין עבודה בפועל ממש, ניט אַוועק גיין אין גדולות ונפלאות, פּשוט קביעות עתים לתורה, אַז ער גייט אין גאַס זאָל ער ניט זיין קיין מבוי המפולש15, אַ אָפענער פון ביידע זייטן, מען דאַרף זיין עוצם עיניו, אוטם אזניו כו'16, עס דאַרף זיין חקוק אין קאָפּ צי אַ פּסוק חומש, צי אַ פּסוק תהלים, אָדער אַ משנה, אָדער ג' שורות תניא, אָדער אַזוי אַ ספר, און אַז מען גייט אין גאַס, דאַרף מען טראַכטן דאָס17.

הערות

עמוד 173

  1. 1. בשבת זו עלה כ"ק אדמו"ר לתורה ובירך ברכת הגומל , ובעת הסעודת הודאה (בעת הקידוש) אמר המאמר ברוך הגומל (הב'), ובסעודת שבת קודש בסעודת הודאה אמר המאמר שאו ידיכם קודש (המאמרים נדפסו בסה"מ קונטרסים ח"א קפד, ב ואילך. קפח, א ואילך. סה"מ תרפ"ז ע' ריא ואילך. ריז ואילך).
  2. 2. ירמי' לא, יג.
  3. 3. ראה ספר השיחות תורת שלום ס"ע 213 ואילך. בית רבי ח"ב פרק א (ב, ב [צב, ב]) הערה ג.
  4. . הטעם שהמתין בברכת הגומל עד יום השבת — ראה לקו"ש חכ"ח ע' 149 הערה 9. רשימת ט"ז תמוז תש"ב (חוברת לא ע' 13).

עמוד 174

  1. 4. הועתק ב"היום יום" ו מנחם אב.
  2. 5. תהלים קלד, ב.
  3. 6. תהלים שם, ד.
  4. 7. ראה ד"ה שאו ידיכם קודש שנאמר בשבת זו (נסמן לעיל הערה 1).
  5. 8. שמואלא ב, א.
  6. 9. דברי הימיםב יב, יד.
  7. 10. ראה גם לקוטי שיחות חכ"ב ע' 160 ואילך. ובכ"מ.
  8. 11. תהלים קיט, מה.
  9. 12. ישעי' ג, ה.
  10. 13. ראה לעיל ס"ע 38 ואילך. וש"נ.

עמוד 175

  1. 14. ראה אגה"ק דהבעש"ט — נדפס בסוף ספר בן פורת יוסף (לר' יעקב יוסף מפולנאה). כתר שם טוב (הוצאת, קה"ת) בתחילתו. ובכ"מ. נתבאר בארוכה בספר השיחות תר"ץ ע' 84 ואילך.
  2. 15. ראה תורת חיים תולדות ב, ג ואילך.
  3. 16. ישעי' לג, טו.
  4. 17. ראה גם ספר השיחות תרצ"א ע' 155 ואילך. ובכ"מ.

מצוטט ב־6 עמודים

תורת מנחם 4
  1. מד - שנת תשכ"ה - חלק רביעי ‹ בס"ד. ש"פ בלק, י"ז תמוז (נדחה), ה'תשכ"ה ספר השיחות תרפ"ז ע' 174
  2. לח - שנת תשכ"ד - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשכ"ד סה"ש תרפ"ז ע' 174
  3. מז - שנת תשכ"ו - חלק שלישי ‹ בס"ד. ש"פ פינחס, כ"א תמוז, ה'תשכ"ו ספר השיחות תרפ"ז ע' 173
  4. נ - שנת תשכ"ז - חלק שלישי ערוך ‹ בס"ד. ש"פ פינחס, י"ד תמוז (מאמר ב), ה'תשכ"ז ספר השיחות תרפ"ז ע' 173
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 2
  1. תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ ב' דחוהמ"פ. רצ"א ריגא. ‹ 221 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 174
  2. תש"ו-ה'שי"ת ‹ הוספות ‹ רשימה ‹ 426 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 174