מהיכן זכו ישראל לק"ש - אידיש

תקמהיכן זכו ישראל לק"ש - אידיש

בס"ד.

מהיכן זכו ישראל לק"ש, בשעה שנפטר יעקב מן העולם אמר להם שמא משאני נפטר מן העולם אתם משתחוי' לאלק' אחר, שנאמר הקבצו ושמעו בני יעקב ושמעו אל ישראל אביכם, אל ישראל אביכם שבשמי', אמרו לו שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד. וצ"ל ק"ש איז א מצוה בתורה אזוי ויא אלע מצות, וארום פרעגט ער מהיכן זכו ישראל לק"ש. וגם דארף מען פארשטיין וויא אזוי האט זייא יעקב אזוי ואייט חושד גיוועזין אז ער וועט נפטר ווערין וועלין זייא דינען עבודה זרה ח"ו.

אך הענין הוא דהנה ארז"ל כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה. וצ"ל הלא כעס איז זייער ואייט פון עבודה זרה ואש דאש איז פון עבירות ואש זאיינען זייער הארב, היינט וויא אזוי איז גלאייך כעס, ואש דאש איז א הנהגה טובה מיא זאל ניט אין כעס זאיין, און מיא איז אין כעס איז דאש גלאייך ויא עבודה זרה. אך באמת איז דער תירוץ אף דערוף, כעס אין א העכערין עולם איז אזוי פוגם וויא עבודה זרה אין דעם עולם, כלומר ואיילע אין א העכערין עולם איז מער גילוי אלקות פראנען איז דארטין פוגם כעס ואש דאש איז א הנהגה טובה גלאייך וויא אין אונזער עולם עבודה זרה ואש דאש איז פון דיא הרבשטע עבירות.

האיינט ועלין מיר פארשטיין וויא אזוי האט יעקב חושד גיוועזין דיא שבטי', וארום עש שטייט האבות הן הן המרכבה, כלומר אזוי וויא עש איז פראנען די מרכבה פון חיות ואופנים אין עולמות פון בריאה יצי' ועשי', אזוי זאיינען דיא אבות אברהם יצחק ויעקב א מרכבה אין עולם האצי', אברהם איז א מרכבה צוא מדת החסד כמ"ש אברהם אוהבי, אהבה מיט חסד איז איין זאך, יצחק איז גיוועזין א מרכבה צוא מדת הגבורה כמ"ש ופחד יצחק פחד איז גבורה, ויעקב איז גיוועזין א מרכבה צוא מדת התפארת בריח התיכון המבריח מן הקצה אל הקצה, און אזוי וויא בא דיא חיות שטייט והחיות נושאות את הכסא דאש איז [וואס] זייא הויבין אויף דיא כסא מיט דעם בחי' אדם שעל הכסא צוא א"ס ב"ה ואש העכער וידער בחי' אדם, תקאאזוי דיא מרכבה פון אצי' הויבין זייא אויף בחי' המדות חג"ת צוא א"ס ואש העכער וואד וויא מדות. און יעקב אז ער איז גיוועזין בחיר שבאבות ואיילע ער איז גיוועזין בריח התיכון המבריח מן הקצה אל הקצה, היינו פון קצה העליון ביז קצה התחתון און אזוי גלאייך פון חסד און גבורה אויך כמ"ש בזהר, ואייל ער איז א ממוצע, וארום דאש איז דיא גאנצע זאך פון רחמי', למשל מצד רחמים גיט מען א ארט גם למדת הגבורה אויך, ניט אזוי ויא חסד איז דוחה לגמרי מדת הגבורה, דהיינו ואש ע"פ הגבורה קומט אויש אז עש זאל ניט נמשך ווערין מחמת יענער איז ניט ווערט, איז ע"פ החסד אקוראט פאר קערט, היינו עש זאל יא נמשך ווערין מחמת טבע הטוב להיטיב, אדער ע"פ החסד קומט אויש אז ער איז ווערט, נמצא איז חסד וגבורה מנגדים זל"ז, אבער מדת הרחמי' גיט א ארט צוא מדת הגבורה, היינו הגם שע"פ מדת הגבורה קומט אויש אז עש קומט ניט עש זאל נמשך ווערין, הן אמת דו בישט גירעכט, אבער עש איז אף עם א רחמנות, וארום דאש איז די גאנצע זאך פון רחמים מיא זאל רחמנות האבין און עש זאל נמשך ווערין חאץ עש קומט נישט, וארום דאש ואש קומט דארף מען דער צוא קאיין רחמנות האבין, דער גאנצער פאל פון רחמנות איז אדער אז עש קומט ניט, אדער אז מדת הגבורה איז מעכב, דענשמאל איז שייך רחמנות, ולכן זאגט דיא גמרא הלכה כדברי המכריע ואיילע ער איז א ממוצע. נמצא ואיילע מדת הרחמי' איז א ממוצע צואווישין חו"ג, וגם עש איז מבריח פון קצה העליון ביז קצה התחתון איז דאך דער עיקר המשכה דורך דער מדה, דאס איז מדתו של יעקב בחיר שבאבות.

דארום האט ער גימיינט אז ער וועט נסתלק ווערין וועט פעלין דיא גאנצע המשכה ואש עש ווערט נמשך מלמעלה, וארום כשם ויא דורך דער מרכבה פון חיות ואש זייא טראגין דיא כסא דורך זייער ביטול ווערטאך נמשך א גילוי מלמעלה, אזוי דורך דעם ביטול פון מרכבה פון דיא אבות ווערט נמשך א המשכה פון העכער ויאדער אצי' אין אצי', און ממילא קומט שוין אראפ א המשכה גם אין בי"ע אויך עש זאל אראיין שאיינען אין אוטלעכען אידין אראיין, והגם אוטלעכע נשמה איז א חלק אלקה ממעל, אבער א נשמה איז דאך מלובש אין א גוף און א נפש הבהמית, ואש דער שכל פון נפש הבהמית ואייזט ויא גוט עש איז אלע דברים הגשמיים, און נאך ווערט נולד א מדה ער זאל וועלין דיא גשמיות זאכין, נמצא ווערט דורך דעם גישטילט דיא תשוקה ואש דער נפש האלקי' האט צוא אלקות. דארום איז דורך דער מרכבה פון האבות הן המרכבה איז נמשך גיווארין אין איטליכער פרט נשמה א המשכה פון אלקות, אבער אז יעקב איז נסתלק גיווארין האט ער מורא גיהאט אז עס וועט נפסק ווערין, און מיט דעם איז שוים מתורץ ויא אזוי יעקב האט תקבגיזאגט שמא משאני נפטר מן העולם אתם משתחוי' לאלק' אחר, פי' ניט ח"ו עבודה זרה, אבער טאמער מחמת עש וועט נפסק ווערין דיא המשכה פון אלקות וועט ניט נמשך ווערין דער ביטול אין אוטלעכער נשמה קען מען אן נעמען א השגה אין אלקות באופן אחר ח"ו, ניט אזויא דער ביטול וויא דער ביטול ואש עש ווערט נמשך דורך דער מרכבה פון דיא אבות, וזהו אתם משתחווים לאלקה אחר ענין השתחוואה הוא הביטול כנודע, ונמצא פי' משתחווי' לאלקה אחר היינו ההשגה באופן אחר כו'.

ב) וזהו שאמר האספו ואגידה לכם, פי' ואגידה הוא לשון דיבור, וארום דיא דרייא לשונות דיבור ואמירה והגדה זאיינען אלע לשון דיבור, רק דיבור הוא לשון קשה כמ"ש דבר האיש אדוני הארץ אתנו קשות, ואמירה היא לשון רכה כמארז"ל ע"פ כה תאמר לבית יעקב, והגדה פי' בזהר שהוא מילי דחכמתא היינו אז מי רעט א דבר שכל ווערט דעמאלט אן גירופין דער דיבור בשם הגדה, אט דאש האט ער זייא גיזאגט האספו ואגידה לכם אז אין דער צאייט ואש דיא מרכבה פון דיא אבות וועט ניט זאיין, זאל פון דעשטוועגין נמשך ווערין המשכות אלקות אין נש"י אריין, און דאש איז מרומז אין דעם ווארט ואגידה, דער וא"ו איז א קו היינו א המשכה ואש עש ווערט נמשך מלמעלה למטה, ובראשו איז א יו"ד דאש ואייזט אף דעם מקור פון וואנען דאש ווערט נמשך. אין כלליות איז דאש דער קו ואש עש ווערט נמשך מא"ס, נאר בראשו איז א יו"ד ווארום פריער איז גיוועזין א צמצום דער אל"ף וואייזט אף אנכי היינו בחי' אנכי מי שאנכי, גימ"ל דלי"ת זאגט דיא גמרא אין שבת, מ"ש גימ"ל דלי"ת גמול דלים, און לגבי הקב"ה ווערין אן גירופין אפי' עולמות עליונים בשם דלים ושפלים, נמצא איז דיא גאנצע המשכה ואש עש ווערט נמשך אין עולמות ווערט אן גירופין בשם גמול דלים, און דיא השפעה ואש עש ווערט נמשך פון גימ"ל אין דלי"ת איז א יו"ד כנודע. און אז דער יו"ד ווערט נמשך פון גימל אין דלי"ת ווערט דענשמאהל פון דלי"ת א ה"א. ווארום דיא תמונה פון א אות ה"א איז א דלי"ת מיט א יו"ד, וכנודע אז בחי' מל' איידער עש ווערט נמשך א המשכה פון ז"א ווערט דאש אן גירופין בשם דלי"ת לשון דל, ולאחר ההמשכה ווערט אן גירופין בשם ה"א. נמצא האט זייא יעקב מוסר גיוועזין דעם סוד פון דער המשכה ואש עש ווערט נמשך המשכת אלקות אין עולמות אריין בכדי זייא זאלין ווישין און פארשטיין דעם ענין והמשכת אלקותו ית'.

תקגג) ובגמ' פסחים דנ"ו ע"א אמרז"ל שהשיבו לו כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד, וכ"ה במד"ר פ' ויחי. ולכאו' צ"ל אין פלוג איז דאש א גרוישער אויף הייב פון דיא שבטי' ואש זייא האבין גיזאגט כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד, און ווידער וויא אזויא איז דאש גלייך הלא האבות הן הן המרכבה היינו בחי' מרכבתא עילאה ואין קורין אבות אלא שלשה, והשבטי' הגם זייא זאיינען אויך גיוועזין א מרכבה אבער זייא זאיינען גיוועזין בחי' מרכבתא תתאה, דאש איז די מרכבה ואש איז פון שנים עשר בקר והים עליהם מלמעלה איז דאש דיא מרכבה פון בריאה, און דיא אבות זאיינען גיוועזין מרכבה פון אצי' וכנ"ל, האיינט וויא אזוי האבין זייא זעך פאר גלאייכט און האבין גיזאגט שמע ישראל היינו יעקב שנק' ישראל, הוי' אלקינו ה' אחד כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד וויא אזוי איז דאש גלייך.

נאר באמת, ניט זייא האבין גימיינט אז זייא זאיינען גלייך צוא דיא אבות, זייא האבין גיוושט גאנץ גוט זייער מדריגה, היינו אז זייא זאיינען מרכבה פון בריאה און דיא אבות זאיינען מרכבה פון אצי', נאר פון דעשטוועגין דער מכוון איז אלץ איינש, דער חילוק איז מער נישט אין דיא התבוננות און אין דער השגה אין אלקות, אבער באמת איז אלץ איינש. והענין הוא, דיא התבוננות פון דיא אבות היינו אז זייא האבין פארשטאנען וויא קמי' איז כלא חשיב, היינו לגבי אלקותו ית' איז כלא חשיב אפי' אלע אובערשטע זאכין, און עש איז ניטא נאייערט אלקות, און אלע זאכין זאיינען בטל בתכלית עש איז גאר קאיין מציאות ניט, און זייא זאיינען גיוועזין א מרכבה, היינו אזויא וויא א מרכבה איז בטל לגבי הרוכב אזוי זאיינען די אבות בטל גיוועזין צוא אלקות, און בא דיא שבטי' ואש זייא זאיינען גיוועזין מרכבתא תתאה, היינו שהוא בחי' ביטול היש לאין, וארום זייא זאיינען משיג דיא בחי' פון דעת תחתון ואש דיא בריאה איז יש מאין, דהיינו אלע זאכין ואש אף דער וועלט גם דער גאנצער עולם איז גיווארין מאין, ווארום עש איז ניט מושג פון וואנען דאש איז גיווארין לכן רופט מען דאש מאין כלומר עס איז ניט מושג פון וואנען, ולכן זאיינען זייא בבחי' ביטול היש לאין לבד. אבער דער אמת אז דאש ואש איז מסתיר איז אויך אלקות וכמ"ש אכן אתה אל מסתתר היינו דיא בחי' ואש מאכט דעם העלם והסתר איז אויך אלקות, נמצא ואש מאכט אויש ציא דאש איז גילוי אדער הסתר, דאש איז דאך מער נישט רק לגבי המקבל, אבער באמת איז דאש ביידע גלייך שכשם וויא דער תקדגילוי ואש באיי דיא אבות איז גיוועזין ואש זייא האבין משיג גיוועזין וויא קמי' איז כלא חשיב, איז אלקות אזויא גלייך דער הסתר ואש זאל קיין גילוי האבין בכדי שיוכל להיות בריאה יש מאין כמשי"ת, איז דאש גופא אויך אלקות כמ"ש אכן אתה אל מסתתר פי' אתה הוא לשון גילוי ומבחי' זו גופא נמשך ג"כ דער כח פון הסתר, נמצא מה שאמרו כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד איז ניט דער פי' אז עס גאר גלייך רק אז דער מכוון איז איין.

[המשך המאמר בלה"ק, ראה לעיל ד"ה ברבות כו' מהיכן זכו פ"ב ואילך (ע' שפה ואילך)].

מצוטט ב־4 עמודים

תורת שמואל ספרי כ"ק אדמו"ר מהר"ש נ"ע 4
  1. תר"ם ח"א ‹ מאמרים ‹ גור ארי' ‹ כז סה"מ תרכ"ז ע' תק
  2. תר"ם ח"א ‹ הנחות כ"ק אדמו"ר מהורש"ב ‹ אי' כו' נביאים כתובים ‹ שי סה"מ תרכ"ז ס"ע תקג
  3. ‏תרל"ט ח"ב ‹ מאמרים ‹ מזמור לתודה כו' (א) ‹ שע סה"מ תרכ"ז ע' תקא
  4. ‏תרל"ט ח"ב ‹ הנחות כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע ‹ מזמור לתודה (ש"פ אמור) ‹ תקסה סה"מ תרכ"ז ע' תקא