ר"ח סיון

135ר"ח סיון

די הויפּטטעמע פון דער היינטיקער קאָנווענשאָן איז — "טוב לשמים וטוב לבריות": "זיין גוט צום אויבערשטן", טאָן זאַכן צוליב דעם אויבערשטן פירן זיך ווי דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט; "וטוב לבריות" — און זיין גוט צו מענטשן, און אויך צו אַלע באַשעפענישן, ווי דאָס וואָרט "בריות" ווערט אָפטמאָל געטייטשט.

(אַזוי ווי ס'ווערט דערציילט וועגן גדולי ישראל, ווי שטאַרק זיי זיינען געווען אָפּגעהיט אין צער בעליחיים — ניט צו פאַרשאַפן קיין ליידן צו קיין שום לעבעדיקער באַשעפעניש; און ניט נאָר צו אַ בעלחי, נאָר אויך צו אַ "צומח" — ניט צו קאַליע מאַכן אַ געוויקס (אָפּרייסן, צום ביישפּיל, אַ "לעבעדיק" בלעטל פון אַ בוים אומנויטיקערהייט), וואָס דאָס איז אויך איינגעשלאָסן אינעם אָנזאָג פון "בל תשחית", ניט צו פאַרדאַרבן סתם אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן).

וויבאַלד "טוב לשמים וטוב לבריות" איז דורך אידישע טעכטער בהשגחה פּרטית אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ הויכפּונקט פון זייער צוזאַמענקום, איז דאָס גופא אַ באַווייז, אַז אין דעם ליגט אַ ספּעציעלע הוראה און וועגווייזונג אין לעבן פון אידן און אידישקייט, לויט תורתנו תורתחיים וועלכע איז אַ לעבעדיקע לערע אין טאָגטעגלעכער פירונג פון אידן.

אין פלוג קען מען פרעגן: אין וואָס דריקט זיך אויס די תורה'דיקאידישע אויסגעצייכנטקייט פון אַ פירונג וואָס איז "גוט צום אויבערשטן און גוט צו מענטשן"? דאָס זיינען דאָך פליכטן און פאָדערונגען, וואָס זיינען אָנגענומען אויך באַ אַנדערע פעלקער! מיר געפינען דאָך, אַז צווישן די זיבן מצוות וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט צו די "בני נח" (צו אַלע מענטשן אויף דער וועלט) זיינען פאַראַן אָט די ביידע סאָרטן געבאָטן — פליכטן צום אויבערשטן און פליכטן צו מענטשן. צום ביישפּיל: די מצוה פון גלייבן אין דעם אויבערשטן און ניט דינען עבודהזרה; ווי אויך די מצוה פון "גזל" (און "דינים") — זיין אָפּגעהיט פון גנב'ענען, גזלנ'ען און שעדיקן אַ צווייטן מענטשן — און אָט די צוויי גרונט מצוות (וואָס זיינען וועלטגעבאָטן פאַר דער גאַנצער מענטשהייט) זיינען דאָך פונדאַמענטאַלע פאַר אַלע אַנדערע מצוות פון ביידע קאַטעגאָריעס, פון "בין אדם למקום" און "בין אדם לחברו"; און אין שפּראַך פון קאָנווענשאָן סיסמא (מאטא): "טוב לשמים" און "טוב לבריות".

* * * 136איינע פון די אויפקלערונגען פון דעם איז: דער הויפּטאויפטו באַשטייט דאָ — ניט בלויז צו זיין אָפּגעהיט אין די ביידע סוגים פון (תורה ו)מצוות, זיי אָפּצוהיטן אויף אַ גאַנצן און פולקאָמענעם אופן; די אונטערשטרייכנדיקע אָנווייזונג פון דעם ליגט דערין, אַז "טוב לשמים" און "טוב לבריות" דאַרפן ניט זיין צוויי באַזונדערע טיילן פון אידישקייט, נאָר ווי איין פאַראייניקטע און צוזאַמענדיקע גאַנצקייט.

אין איינפאַכע ווערטער: פאַראַן געוויסע מצוות און ענינים, וואָס געהערן אויבנאויף דורכאויס צום געביט פון "בין אדם למקום" — "טוב לשמים". צום ביישפּיל: ווען אַ איד דאַוונט צום אויבערשטן. דעמאָלט דאַרף דאָך אַ איד טראַכטן נאָר וועגן דעם אויבערשטן אַליין; צוטראָגן און "באַהעפטן" זיין קאָפּ און האַרץ צום באַשעפער.

דאַרף אָבער אַ איד וויסן, אַז צוזאַמען מיט זיין באַמיאונג פון "טוב לשמים" ביים דאַוונען — און נאָכמער, אַלס אַן אַריינפיר און צוגרייטונג צו תפילה — מוז זיין דער "טוב לבריות", וואָס דאָס דריקט זיך אויס קלאָר אין דער אָנווייזונג פון גדולי ישראל, אַז פאַרן דאַוונען דאַרף אַ איד זאָגן און אויף זיך אָננעמען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך" — ליב האָבן אַ צווייטן איד פּונקט ווי זיך אַליין. ס'הייסט, אַז נאָך איידער ער הויבט אָן זיין תפילה צום אויבערשטן (און דערנאָך זיין לערנען תורה) דאַרף ער זיך אָנשליסן צוזאַמען מיט אַלע אידן און דערנאָך זיי "מיטנעמען" אין זיין תפילה צו השי"ת (און ווי מיר זעען, אַז אַלע בקשות און געבעטן פון העכסטן תפלהטייל, פון שמונהעשרה, זיינען אין לשון רבים — פון מערצאָל: "חננו", "השיבנו", "סלח לנו", "וגאלנו", "רפאנו", אאַ"וו — פאַר אַלע אידן אינאיינעם, "טוב לבריות").

דאָס זעלבע איז אויך ביים צווייטן טייל — "טוב לבריות": ווען מ'טוט גוטס צו אַ צווייטן מענטשן, ווי בעת מ'היט זיך שטאַרק ניט צו פאַרשאַפן קיין צער און ליידן אַ צווייטן מענטש, איז דערביי ניט גענוג דער געפיל פון "טוב לבריות" אַליין; ד.ה. ס'איז ניט גענוג צו טאָן דאָס בלויז צוליב מענטשלעכער גוטסקייט, ווייכהאַרציקייט און גערעכטיקייטגעפיל. וואָרום דעמאָלט איז מען ניט זיכער, אַז מ'וועט זיך פירן מיט דער זעלבער גוטסקייט און גערעכטיקייט אויך אין פאַל ווען מ'דאַרף "פאַרבויגן" עפּעס וואָס רירט אָן דעם "איך" און די אייגענע נוצן.

ווען קען מען זיין פאַרזיכערט, אַז דער "ואהבת לרעך כמוך" וועט דורכגעפירט ווערן ווי געהעריק אין אַלע באַדינגונגען און אומשטענדן פון "בין אדם לחברו" — נאָר בעת דער "טוב לבריות" איז באַגרינדעט און דורכגעדרונגען מיטן "טוב לשמים", ווען ער איז גוט צום צווייטן דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי געבאָטן.

וואָרום ווען אַ איד דערפילט, אַז מיט זיין "טוב לבריות" פירונג איז ער מקיים דעם אויבערשטנ'ס אַן אָנזאָג (ניט בלויז די פליכט פון מענשען מאָראַל און געפיל), 137גיט עס אים די נויטיקע פעסטקייט און דויערהאַפטיקייט, אַזוי אַז אייגננוצן אד"ג וועט ניט זיין קיין שטערונג צו דערפילן די מצוות פון "בין אדם לחברו" ווי עס דאַרף צו זיין.

און דאָס לערנט אונז תורה אחת (וואָס אַלע אירע טיילן שטעלן צוזאַמען איין גאַנצקייט), וואָס זי איז געגעבן געוואָרן פון השם אחד, דעם אייןאיינציקן באַשעפער — צו זיין אויסדערוויילט פאָלק, דעם "גוי אחד בארץ" (אַ פאָלק וואָס איז געבונדן און געאייניקט אין איין פולער אייניקייט, טראָץ די פאַרשידנק'ייט פון מדרגות און קאַטעגאָריעס צווישן אידן) — אַז די צוויי באַגריפן פון "טוב לשמים" און "טוב לבריות" דאַרפן זיין און זיינען אַן ענין "אחד", פולשטענדיקער אחדות:

בשעת אַ איד איז פאַרנומען מיט הימלדיקע זאַכן פון "טוב לשמים" זאָל ער ניט פאַרגעסן אויף אַ צווייטן מענטשן, נאָר ער זאָל אויך דעמאָלט זיין דורכגענומען מיטן געפיל פון אהבת ישראל ביזן העכסטן אויסדרוק — "כמוך"; און אַזוי אויך בשעת ער איז אַריינגעטאָן אין ענינים פון "בין אדם לחברו", ער טוט טוב וחסד מיט אַ צווייטן אידן, זאָל ער בשעתמעשה ניט פאַרגעסן ח"ו אויפן אויבערשטן. ער זאָל ניט אויסשטעלן אויף זיך אַליין, אויף זיין גוט האַרץ און פיינע מידות, נאָר ער זאָל זיין דורכגעדרונגען מיט "טוב לשמים", מיט דער גרויסער איבערגעבנקייט צום אויבערשטן און צו זיינע תורה ומצוות. און דאָס איז דער אמת'ער און זיכערער וועג אין עבודת השם.

* * *

יעדע געשעעניש און דערשיינונג אין וועלט, ווי יעדע טואונג און פירונג, איז ניט קיין פאַרזיכדיקע אָפּגעריסענע זאַך, נאָר ס'איז אַ המשך, תוצאה פון פריערדיקע אומשטענדן און אַנטוויקלונגען — און דאָס ברענגט אויך ווייטערדיקע תוצאות ווירקונגען.

(אָנכאַפּנדיק דעם פריערדיקן ביישפּיל פון תפלה: ווען אַ איד שטעלט זיך דאַוונען, דאַרף עס דאָך זיין, ווי געזאָגט, געבונדן מיט פריערדיקער געהעריקער צוגרייטונג פון "טוב לבריות", פון "ואהבת לרעך כמוך" — אַזוי אַרום איז ער און זיינע תפילות צום אויבערשטן מער אויסגעאיידלט און דורכגענומען מיט אהבתישראל'דיקער הויכקייט אין זיין דבקות צו השי"ת; זיינע בקשות צום אויבערשטן, זיין אויסגיסן דאָס האַרץ איז אויף אַ גאָר אַנדערן העכערן אופן בעת ער דערהערט נאָכדעם אין דאַוונען אַז ער רעדט כביכול מיטן אויבערשטן אַליין! "דע לפני מי אתה עומד"!

און אַזאַ דאַוונען ברענגט דערנאָך גאָר גוטע און הויכע תוצאות נאָכן דאַוונען. ווען ער גייט אַרויס דערנאָך "אין וועלט", צו באַשעפטיקן זיך מיט וואָכעדיקע ענינים, פירט ער זיך ניט ווי אַ "גאַסמענטש", נאָר ווי אַ שליח פון דעם 138אויבערשטן; ווי איינער וואָס האָט ערשט זוכה געווען צו ריידן כביכול צום אויבערשטן אַליין! ער איז אַליין איידעלער, העכער און צוזאַמען דערמיט פילט ער אַ פליכט און אחריות צו אויסאיידלן און אויפהויבן די וועלט אַרום אים)

אַזוי איז עס אויך אין באַצוג צו דער הויפּטטעמע פון דער היינטיקער קאָנווענשאָן — "טוב לשמים וטוב לבריות" — אַז זי קומט אין פאַרבינדונג און אַלס רעזולטאַט און ווי אַ פאַרשטאַרקונג און אויסברייטערונג פון דעם "טוב לשמים וטוב לבריות", וואָס האָט זיין השגחהפּרטיות'דיקן אָנהויב געהאַט אין דעם "קאָפּ" פון יאָר — "ראש השנה":

ווי מערערע מאָל באַטאָנט, איז ראשהשנה היייאָר אויסגעפאַלן דינסטיק, דער דריטער טאָג אין וואָך, וואָס דאָס איז אַ "יום שהוכפּל בו כי טוב" — ווי די חז"ל זאָגן: ביי דעם דריטן טאָג פון די "בראשית" באַשאַףטעג שטייט אין דער תורה צוויי מאָל "כי טוב" — אַ "דאָפּלטער טוב"; און דאָס ווערט אין ספרים אויסגעטייטשט, אַז דער "צווייענדיקער טוב" באַשטייט פון "טוב לשמים וטוב לבריות".

דער באַדייט דערפון, וואָס ראש השנה איז געווען דעם דריטן טאָג איז אויך אין דעם זין, אַז פּונקט ווי דער "קאָפּ" פירט אָן מיטן גאַנצן קערפּער, מיט אַלע אברים, וועלכע פירן זיך לויטן אָנווייז און באַשלוס פון קאָפּ — איז ענלעך אַזוי אויך ביים "קאָפּ" פון יאָר: די באַזונדערע הימלדיקע כוחות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן און די גוטע באַשלוסן וואָס זיינען אָנגענומען געוואָרן ראשהשנה אין איינקלאַנג מיטן "טוב לשמים וטוב לבריות" פון דאָזיקן טאָג, דאָס גיט דערנאָך ספּעציעלע הילף און חיות אויסצופירן און דורכפירן אָט די באַשלוסן אין פאַרלויף פון אַלע טעג פון יאָר בכלל, און אַ ספּעציעלע פאַרשטאַרקונג און הצלחה צו פאַרווירקלעכן די גוטע החלטות פון דער קאָנווענשאָן, וואָס זיינען באַזירט אויפן יסוד פון "טוב לשמים וטוב לבריות".

און דאָ קומט אַריין "מענין לענין" נאָך אַ נקודה: היינטיקן יאָר איז אויך דער "ראש השנה לחסידות" — י"ט כסלו — אויסגעפאַלן דינסטיק, אין דעם "יום שהוכפּל בו כי טוב".

תורת החסידות גיט אַריין, ווי באַוואוסט, אַ צוגאָב פון לעבעדיקייט און פריילעכקייט אין אידישקייט און עבודת השם און אַ מער שטאַרקערן בטחון אין דעם אויבערשטן; און דאָס גיט, אין אונזער פאַל, אַ נאָך טיפערע אינערלעכע צוגאָבפאַרשטאַרקונג און בענטשונג פון הצלחה אין דינען דעם אויבערשטן דורך דער שלימות'דיקער פאַראייניקונג פון "טוב לשמים" און "טוב לבריות" ווי איין גאַנצע זאַך.

און נאָך עפּעס: אויך היייאָריקער ראשחודש סיון, דער "קאָפּ" און אָנהויב פון חודש פון מתןתורה, איז אויך אין דעם טאָג (דינסטיק) וואָס "הוכפּל בו כי טוב", וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָך מיט מער קראַפט דעם דערמאָנטן תורה'דיקן 139הויפּטגעדאַנק פון דער קאָנווענשאָן, וואָס קומט פאָר נאָך דעם שבתמברכים פון (ראש) חודש סיון. וואָרום דער פאַרבונד פון ראשחודש סיון מיטן מתןתורהטאָג איז ניט בלויז מיט דעם וואָס ער איז דער "קאָפּ" פון אַלע טעג פון חודש, איינגעשלאָסן דעם טאָג פון מתןתורה; ווי ס'ווערט דערציילט אין חומש האָבן די צוגרייטונגסטעג צו מתןתורה זיך אָנגעהויבן ראשחודש סיון; ווען אידן זיינען אָנגעקומען און זיך געשטעלט אַנטקעגן דעם באַרג סיני. ווערט דערקלערט אין מדרשי חז"ל, אַז די אינערלעכע הכנה פון אידן צו נעמען די תורה איז שוין געווען באַלד ביים אָנקומען צום באַרג סיני — ראשחודש סיון.

און אָט די טיפע נשמהגרייטקייט צו תורה איז געווען אַזוי ערנסט און פעסט, ביז עס ווערט געזאָגט וועגן דעם (אין דער הגדה של פּסח): "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה, דיינו" — בלויז דאָס צוקומען אַליין צום באַרג סיני איז אַ גענוגנדיקע דערגרייכונג פאַר זיך. ס'הייסט, צוליב דער גרויסער איבערגעבנקייט און פולשטענדיקן ביטול צום אויבערשטן, מיט וועלכע אַלע אידן — מאַן און פרוי, גרויס און קליין, ביז אויך פּיצלעך קינדער ("טף") זיינען געשטאַנען ווי איינס, ויחן, לשון יחיד, נגד ההר בראש חודש — וואָס דורכדעם האָבן זיי דערנאָך אויסגערופן זייער גרייטקייט צו מקיים זיין די תורה דורך "נעשה ונשמע" — זיינען זיי שוין ממילא געוואָרן די פּאַסיקסטע כלי צו תורה און דורכגענומען מיטן גייסט פון תורה און מצוות.

* * *

ס'איז באַוואוסט, אַז אין גייסטיקן אינערלעכן זין, איז מתןתורה ניט בלויז אַן איינמאָליקע געשעעניש פון אַמאָל, נאָר ווי דער לשון איז: נותן התורה — דער אויבערשטער גיט אונז די תורה פונדאָסניי יעדן טאָג, באַזונדערס יעדן יאָר אין זמן פון מתןתורתנו (שבועות). און פּונקט ווי צום ערשטן מאָל זיינען אידן שוין פון ראשחודש סיון אָן געווען דורכגענומען מיטן דערהויבענעם גייסט פון גרייטקייט צו נעמען די תורה; און כשם ווי ביים ערשטן צוגיין צום באַרג סיני איז די גרויסע הכנה געקומען צום אויסדרוק אין דעם אופן פון "ויחן ישראל נגד ההר" — דורך פולשטענדיקער אחדות! און ניט בלויז זיינען אַלע אידן צווישן זיך געוואָרן פולקאָם פאַראייניקט "ווי איין מענטש מיט איין האַרץ" ("כאיש אחד בלב אחד"), וואָס דערפאַר שטייט "ויחן" מיט אַ לשון יחיד; אין לשון "ויחן ישראל נגד ההר" איז אָנגעדייט נאָך עפּעס: די אידן האָבן ביים באַרג סיני, ביים אַריינגיין אין וועלט פון תורה ומצוות, זיך אַוועקגעשטעלט אין אַן אופן פון "ויחן" — זיי האָבן דאָרט "גערוט" זיך אָפּגעשטעלט מיט אַ פולער באַשטענדיקייט; זיי זיינען געוואָרן ווי "איינס" דורך און מיטן באַרג סיני, מיט דער וועלט פון תורה ומצוות און דאָס איז געוואָרן זייער חני' אויף דורי דורות, לעולם ועד —

אַזוי דאַרפן אויך אַלע אידן זיך גרייטן צו מתןתורה, יאָראיין און יאָראויס, 140מיט אַ פולשטענדיקער גרייטקייט פון אחדות, און דערהויבענער רוחניות'דיקער אויסאיידלונג און איבערגעבנקייט צו תורה ומצוות.

* * *

די תורה ווערט אָנגערופן "חמדה גנוזה" — דער טייערסטער אוצר כביכול ביי דעם אויבערשטן, וועלכער איז געווען "באַהאַלטן" און צו וועלכן ער האָט אַ "גלוסטונג" כביכול (ווי, למשל, די טייערסטע זאַך ביי מענטשן, וואָס ער האַלט עס פאַרבאָרגן און באַהאַלטן). און דעם אוצר האָט דער אויבערשטער אַוועקגעגעבן צו אידן. קען מען זיך פאָרשטעלן אַ טייערערע מתנה פון דעם!

ביי די אידן אָבער טאָר זיך די טייערקייט פון תורה ניט אויסדריקן בלויז אין אָפּגעבן כבוד און האַלטן הייליקטייער די ספריתורה; און אויך ניט בלויז דורך דערהערן דעם טייערן געשמאַק פון חכמת התורה. די תורה אַליין גיט צו וויסן, אַז דער ערשטער און הויפּטבאַדינג צו נעמען תורה איז (די גרייטקייט צו) "נעשה" — צו אָפּהיטן און מקיים זיין די אָנווייזונגען און מצוות פון תורה יעדן טאָג און יעדע מינוט — אויך ווען מ'איז פאַרנומען און אַריינגעטאָן אין מאַטעריעלע גשמיות'דיקע זאַכן.

און דער באַדייט פון "נעשה", פון דעם אומבאַדינגלעכער גרייטקייט צו מקיים זיין די תורה ומצוות אין טאָגטעגלעכן פּראַקטישן לעבן — דאָס דאַרף זיין די הקדמה און הכנה פון יעדן אידן אויך איצט, ווען דער אויבערשטער "גיט" די תורה טאָגטעגלעך פונדאָסניי, און באַזונדערס אין חודש סיון — אין די הכנות צום יום טוב שבועות זמן מתןתורתנו.

* * *

די אויבןגערעדטע ענינים זיינען, ווי געזאָגט, שייך צו יעדן אידן; אָבער זיי האָבן אַ ספּעציעלע וויכטיקייט אין באַצוג צו אידישע פרויען און טעכטער. און שוין ביי די הכנות צו מתןתורה ביים באַרג סיני האָט דער אויבערשטער צום אַלעם ערשטן אָנגעזאָגט צו משה רבינו: "כה תאמר לבית יעקב" — צו די פרויען, און דערנאָך "ותגד לבני ישראל" — צו די מענער. צום אַלעם ערשטן דאַרף מען צוגרייטן צו מתןתורה די אידישע טעכטער, אַז זיי זאָלן ביי זיך אַרויסרופן און אויסרופן "נעשה ונשמע" צו טאָן און פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, און ערשט דערנאָך דאַרף מען צוגרייטן דערצו די מענער.

און דאָס חזר'ט זיך איבער יעדעס יאָר נאָכאַמאָל — אַפילו ווען מ'זעט עס ניט מיט די פליישיקע אויגן, זעט עס אָבער די אידישע נשמה (וואָס זי איז די הויפּט זאַך ביי מענטשן בכלל און ביי אידן בפרט) און זי לעבט עס איבער יעדן יאָר פונדאָסניי.

און ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דער תורה, איז דאָס אַ תנאי, אַ באַדינג: די 141זיכערקייט, אַז די מענער וועלן אָננעמען און אויספירן ווי געהעריק דעם "נעשה ונשמע", איז אָפּהענגיק אין דעם "נעשה ונשמע" וואָס די פרויען וועלן אויף זיך אָננעמען און פאַרווירקלעכן. די ווירקונג און איינפלוס וואָס אידישע פרויען האָבן אויף זייערע קינדער, מענער, פאָטער און ברידער. אויף אַזוי ווייט, אַז זיי איבן אויס אַ דעצידירנדיקע השפּעה שוין ביי די צוגרייטונגען צו קבלת התורה — צו דעם מאָמענט ווען אַלע אידן צוזאַמען שרייען אויס מיט דער פולסטער נשמהגרייטקייט "נעשה ונשמע".

און אַזאַ הכנה ברענגטצו דעם גאַנצן אידישן פאָלק צו קבלת התורה "בשמחה ובפּנימיות" — ווי דער רבי דער שווער פלעגט בענטשן — מיט פולער און אמת'דיקער פריידיקייט, וואָס נעמט דורך דעם גאַנצן מענטשן, ביז אַז תורה ומצוות ווערן דער גאַנצער אינהאַלט פון זיין לעבן.

* * *

ווי דערמאָנט, איז המעשה הוא העיקר: דער ציל און תכלית פון אַלע גערעדטע ענינים איז, אַז איר, אידישע טעכטער, זאָלט אויסנוצן אייער איינפלוס און באַווירקן מיטן "נעשה ונשמע" די נשי ובנות ישראל וואו נאָר איר וועט קענען דערגרייכן, און דורכדעם באַווירקן אויך די אידישע מענער און זין צו מקבל זיין און מקיים זיין די תורה — ביז שבועות און מיט אַלץ מער שטייגנדיקן חיות אין די טעג פון מתןתורה און נאָכדעם.

און עס ווערט מקויים די הבטחה פון דער תורה (אין דער פּרשה פון דעם שבת מברכים): "אם בחוקותי תלכו" — אַז מ'וועט לערנען און האָרעווען אין תורה וואָס וועט דערפירן צו — "ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם" — אָפּצוהיטן די מצוות און במעשה, וואָס דאָס איז דער עיקר, ווי געזאָגט — איז מען פאַרזיכערט מיט אַלע ברכות פון דעם אויבערשטן, וואָס ווערן דאָ אויסגערעכנט אין דער תורה, ביז צו דער גרעסטער און פולקאָמסטער ברכה, אַז בקרוב ממש וועט זיין ואולך אתכם קוממיות, דער אויבערשטער וועט אַרויסנעמען יעדער אידן און אַלע אידן פון גלות, ברענגען די גאולה השלימה דורך משיח צדקנו.

די צוגרייטונג דערצו איז דורכדעם, וואָס אַ איד טוט אַלדאָס מעגלעכע אַרויסצונעמען זיך אַליין פון גייסטיקן גלות און פון דער ניטאידישקייט וואָס הערשט אין וועלט. ד.ה. טראָץ דעם וואָס אַ איד ווייסט, אַז אין כמות איז ער "המעט מכל העמים" — דאָס אַמווייניקסטע (אין קוואַנטיטעט) צווישן דער ניטאידישער פעלקערוועלט, איז ווען עס קומט צו אידישקייט, צו תורה, רעכנט ער זיך דערמיט אינגאַנצן ניט און ער פירט זיך מיט דער גאַנצער שטאַרקייט ווי אַ איד דאַרף זיך פירן אַ גאַנצן טאָג — פונעם מאָמענט ווען ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף ביז צום לעצטן מינוט פון זיין וואַךזיין; און נאָכמער: אויך זיין שלאָפן איז אַזאַ וואָס מ'דערקענט אין דעם אַז דאָ שלאָפט אַ איד פון תורה ומצוות. . .

142און דאָס איז אויך די פליכט וואָס ליגט אויף יעדערער פון אייך, צו באַווירקן וואָס מער אידישע פרויען און טעכטער, אַז אויך זיי זאָלן ווערן דורכגענומען און אָנגעפילט מיטן גייסט און חיות און שמחה פון יהדות, פון תורה ומצוות, אין די ביידע דערמאָנטע און פאַראייניקטע טיילן פון "טוב לשמים וטוב לבריות"; וועט דאָס פאַרשנעלערן דאָס אַרויסנעמען זיך פון גלות אין דער ניטאידישקייט און זיך גייסטיק אויסלייזן פון אַלע שטערונגען ביז צום פירן אַ פולקאָםגאַנצן תורה'דיקן לעבן —

און דאָס וועט במילא נאָכמער צואיילן די גאולה האמתית והשלימה, די גאולה פון גאַנצן אידישן פאָלק דורך משיח צדקנו.

(משיחת כ"ח אייר תשל"ח — להכינוס דנשי ובנות חב"ד)

משיחת ר"ח סיון תשכ"ב לתלמידי אחי תמימים באסטאן

היינט איז ראש חודש סיון דער חודש פון קבלת התורה, וואָס דאָס גיט די הוראה פאַר יעדער איד אין זיין גשמיות'דיקען לעבען און אין זיין רוחניות'דיקן לעבען. אויך יעדער פּרט פון תורה איז וויכטיק, און אין נאָך אַ גרעסערע מאָס איז וויכטיג יעדער פּרט פון די עשה"ד און אויך דער סדר אין וועלכן זיי זיינען געזאָגט און געגעבן געוואָרן בפירוש באַ מתן תורה און אָנגענומען געוואָרן פון יעדען איד יעמולט און אויך פאַר אַלע דורות דערנאָך. חז"ל זאָגען אין מדרש אַז די אַלע עשרת הדברות זיינען געאזאָגט געוואָרן אין איין דיבור פון דעם ערשטען דבור אנכי ה"א ביז דעם לעצטען דיבור וואָס רעדט וועגן גשמיות'דיקען אייגענטום אַ פעלד, בעלי חיים, א.ד.ג.

אין דעם איז פאַראַן אַ גאָר וויכטיקער אָנזאָג צו יעדען איינעם פון אונדז: אויך די מאַטעריעלע ענינים פון דעם מענטשען (אידן) דאַרפ'ן זיין פאַרבונדען אין איין אָטעם מיט דעם דיבור פון אנכי ה"א, בעת אַ איד טוהט עפּעס אַפילו אויב עס איז אַ קליינע זאַך אין זיין מאַטעריעלען אָדער רוחניות'דיקן לעבען — דאַרף ער דערביי וויסן און פילן אַז דאָס איז פון אנכי ה"א פון דעם אויבערשטען — וואָס דערפאַר דאַרף ער דאָס טאָן אין אַזאַ אופן עס זאָל זיין ניכר אַז ער נעמט אין אָנבאַטראַכט אַז ער געפינט זיך אין דער געגענוואַרד פון דעם אויבערשטן וועלכער גיט אַכטונג אויף יעדער זיין — דער מענטש מעשה, דיבור און אַפילו מחשבה וואָרום לגבי דעם אויבערשטען איז ניט קיין אונטערשייד פון מעשה דיבור ביז מחשבה אַלץ איז גלוי לפניו.

יעדער איינער פון אייך, אַז ער וועט האָבען שטענדיק אין זיין געדאַנק — אַז ער געפינט זיך אין געגענוואַרד פון דעם אויבערשטען וואָס ער איז דאָך עצם הטוב 143און ער גיט אים דעם כח צו איבערקומען אַלע שוועריקייטן פון זיינע ניט גוטע נייגונגען און אַז ער זאָל מצליח זיין אַז זיין יצ"ט זאָל אָנפירן מיט זיין לעבן אין זיין מאַטעריאַלן לעבן און זיין גייסטיקען לעבען. יעמולט וועט דאָס אים העלפען און פאַרגרינגערן ער זאָל קענען זיך שטאַרקן (?) אויף אַלע נסיונות, און ער וועט אויך משפּיע זיין אויף זיינע חברים צו אויפפירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, ווי ער האָט אונדז אָנגעוויזן אין דער תורה.

עס איז מיין האָפענונג אַז אין אייער צוגרייטן זיך צו קבלת התורה — בחה"ש סוף וואָך — וועט איהר טאָן אַלץ וואָס היינגט אָפּ פון אייך בנוגע צו די ענינים וואָס מען האָט דאָ גערעדט.

דאָס וועט בריינגן אַז איהר וועט מצליח זיין אין לערנען אַ גאַנצען יאָהר. און פאַרשאַפען נחת אייערע עלטערן און אייער לערערס.

האָט אַ נסיעה כשורה צו באָסטאָן, און הצלחה אין אייער לערנען בשקידה (הוזכר כאן ענין. . . בנוגע לכל ישראל).

איהר זאָלט האָבן אַ פרייליכן יו"ט און קבלת התורה בשמחה ובפּנימיות (רצוני לומר לשון הרב ולזאת לא אתרגם ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א עוה"פ) אַ גוטן שבועות אַ גוטע נסיעה און קבלת התורה בשמחה ובפּנימיות.

(משיחת ר"ח ניסן תשכ"ב לתלמידי ישיבת אחי תמימים — באסטאן)

מצוטט בעמוד אחד

שולחן ערוך ספרי כ"ק אדמו"ר הזקן 1
  1. חושן משפט ‹ הלכות שמירת גוף ונפש ובל תשחית ‹ דיני שמירת גוף ונפש ובל תשחית ובו ט"ז סעיפים: ‹ טז לקו"ש חל"ח ע' 135