יום א יא ניסן, תש"ט.

312יום א יא ניסן, תש"ט1.

אין די ימי החינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האָט מיך מחנך געווען, איז געווען אַ סדר קבוע מסודר בדיוק נקודי.

* * *

דער וואָס איז געבענטשט מיט אַ געזונטן חוש השמיעה, הערט ער — דאָס מיינט דערהערט2 — דעם חוט פנימי — דעם אינערליכען שנירל — דעם בריח תיכון פון דעם וואָרט.

בכלל אין אַ חסידישן סיפור און אין אַ קורצן וואָרט, אָן קיין שום חילוק צי דער וואָרט איז מער ניט ווי אַ מקורי וואָרט אָדער איז אַ מקורי נקודה וואָרט; דאַרף מען דערהערן דעם חוט הפנימי.

* * *

יעדער חסידישער וואָרט איז באַלעבט מיט אַ חיות פנימי להחיות, וואָס דאָס איז דער הפרש פון השכלה דחסידות חב"ד און עבודה דחסידות חב"ד.

אַז מען לערנט אַ ענין אין חסידות בעיון גדול און מען איז זיך אַליין מבאר ומסביר דעם ענין מיט כמה משלים ודוגמאות, בריינגט דאָס אַז מען פאַרשטייט דעם ענין דייטליך קלאָר און לעבעדיק. אָבער אין עבודה בפועל פון תיקון המדות קומט דאָס ניט. איז דאָס טאַקע חיות, ער קאָכט זיך אין דעם, אָבער עס איז ניט להחיות אין פעולת הטבת וזיכוך המדות.

* * *

די עטלעכע ווערטער זיינען דער פירוש וביאור המלות "חינוך קבוע ומסודר בדיוק נקודי". עס איז פאַראַן חינוך מסודר בדיוק, און עס איז פאַראַן נאָך אַ אופן חינוך פרטי מסודר בדיוק נקודי, דער חינוך איז ניט קיין כללי, ניט פאַר אַלעמען נאָר פאַר יחידים פרטיים, אָבער יעדער יחיד איז אַ כללי, וואָס זיינע מוחין ומדות, הגם זיי זיינען פרטיים, דאָס איז דאָך זיינע וואָס מען גיט אים מלמעלה, דאָך אָבער איז ער אַ כללי, אין אים און דורך אים ווערט נתגלה אַ אור וחיות להחיות.

* * *

דער בכן פון דעם פנימיות'דיקן ביאור איז אַז מען בעדאַרף דערהערן — און אַז מען איז זוכה פילט מען — וואָרום עס איז אַ קבלה מרבי לרבי וואָרט:

אַ פנימיות'דיקער מחונך האָט די ריכטיקע גוט אויסגעפלאסטערטע כלי קיבול.

דאָס איז דער מקובל'דיקער וואָרט3:

מצה שמורה ווערט גערופען בשני שמות עצמיים ופנימיים: מיכלא דמהימנותא און מיכלא דאסוותא4. עס גיט אַ חיזוק אין דעת.

דאָס איז דער פנימי נקודי עצמי וואָרט 313וואָס מורנו הרב המגיד ממעזריטש האָט מקבל געווען ממורו הקדוש מורנו הבעש"ט בשם מורו הבעל ח"י5 ומסרו להוד כ"ק תלמידו המקבל פנימי רבינו הזקן ובא ביחוד וביאור6 מרבי לרבי.

כל אחד ואחד מהוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' זי"ע בדורו חזר מסר וביאר את ה"נקודה וואָרט" האמור.

* * *

דער ביאור פרטי פון דעם וואָרט איז:

אכילה איז אַ ענין פנימי וואָס פועל'ט דעם חיזוק חיות הנפש אין די אברי הגוף אַז די אברי הגוף זאָלען זיין אַ כלי קיבול צום חיות פנימי פון נפש. עס שטאַרקט דעם גוף צו מקבל זיין דעם חיות הנפש און עס שטאַרקט דעם נפש צו מתגלה זיין זיך אין די אברי הגוף.

אמונה איז למעלה מטעם ודעת. אויף די ענינים וואָס מען פאַרשטייט איז דאָך ניט שייך צו זאָגען אמונה, ער פאַרשטייט דאָך אַז עס איז אַזוי. אמונה איז הגם בשכלו פאַרשטייט ער ניט ווי דאָס איז, און ער האָט אפילו ניט קיין השערה אין זיין שכל ווי דאָס איז, אָבער אַזוי איז דאָס. ער איז מאמין באמונה פשוטה אַז אַזוי איז דאָס.

און דאָס איז דער פירוש הענין וואָס מצה ווערט גערופען מיכלא דמהימנותא און מיכלא דאסוותא. עס איז מיכלא וואָס שטאַרקט דעם געזונט פון דעם גוף אַז ער זאָל הערן דעם תכלית ירידת הנשמה בגוף, און דאָס איז אויך מיכלא דמהימנותא אַז דער תוקף האמונה זאָל מאיר זיין אין אַלע עניני החיים פון אידן.

* * *

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען מיט אַ ענין עצמי — ווי עס איז פאַרצייכענט אין מיין יומן פון יענעם זמן — און געזאָגט:

נאָך דער יחידות וואָס איך בין געווען חול המועד פסח, איינ'חזר'נדיק און לפי ערכי דורכגעטאָן, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר — אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — געזאָגט, נאָכדעם וואָס ער האָט מיר מבאר ומסביר געווען די עניני השאלות וואָס איך האָב געפרעגט:

צוויי כיתות חסידים זיינען געווען באַ הוד כ"ק רבינו הזקן. ביידע כתות זיינען געווען משכילים און עובדים, על דרך ווי הגאון החסיד ר' אייזיק האָמליער און החסיד הגאון ר' זלמן זעזמער7.

הרה"ח ר' אייזיק האָט אָנגעהויבען פון השכלה און איז געקומען צו עבודה, און ר' זלמן האָט אָנגעהויבען פון עבודה.

השכלה איז קאַלט, עבודה איז הייס. און דער חילוק אין עבודה בפועל איז: באַ אַ משכיל הערט זיך אויך אין עבודה די קאַלטקייט פון השכלה, און באַ אַ עובד איז אין זיין השכלה פילט זיך די איבערפולטקייט פון האַרץ.

* * *

די אַלע חילוקים איז אַלץ אַ זאַך פון געווען, געווען משכילים עובדים אָדער עובדים משכילים. אָבער איצטער איז לא הא ולא הא.

314השי"ת יחוס וירחם על כללות עדת ישראל ועדת החסידים למפלגותיהם וישפיע לנו ולהם שפעת חיים וברכה במנוחת הלב והמוח להיות כלים פנימי' לתורת ועבודת החסידות בגשמיות וברוחניות.

הערות

עמוד 312

  1. 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ט ע' 142 ואילך. השיחה נאמרה להרה"ח ר' שלמה אהרן קאַזאַרנאָווסקי שנכנס להיכל קדשו (חדר ה"יחידות") של רבינו למסור דו"ח ע"ד שליחות מסוימת שנמסרה על ידו.
  2. 2. זע די שיחה בקונטרס יבויג תמוז תש"ח בארוכה [סה"מ תש"ח ע' 252 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 343 ואילך].
  3. 3. [הועתק בהגדה של פסח עם לקוטי טעמים ומנהגים ע' לד.
  4. 4. זח"ב קפג, ב. וראה לקו"ת צו יג, ד. לקמן ע' 314].

עמוד 313

  1. 5. ר"ת חי' יחידה. געמיינט אחי' השילוני — זע שיחת ש"פ פנחס ה'ש"ת (ספר השיחות [קיץ ה'ש"ת] ע' 159) [וראה לעיל ע' 232 הערה 18.
  2. 6. בהוצאה ראשונה של השיחה ובהגדה של פסח שם: ובירור. ונתקן בפנים ע"פ לוח התיקון שבסוף השיחה].
  3. 7. זע אויך די שיחה בקונטרס הנ"ל ע' 24 [סה"מ תש"ח ע' 260, ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 351] און ווייטער [אודות ר' אייזיק האָמליער — ראה גם לעיל ע' 25. וש"נ. אודות ר' זלמן זעזמער — ראה לקמן ע' 314].

מצוטט בעמוד אחד

כתר שם טוב ספרי הבעל שם טוב 1
  1. הוספות ‹ רג ספר השיחות תש"ט ע' 312