ליל ג' אדר תש"ט

301ליל ג' אדר תש"ט1

כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל אחד שביקרו לרגלי ענינו הפרטי

וואָס מאַכט מען?

— ענה: מען טרייט דאָס בעסט.

ע"ז השיב כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען דאַרף וויסן וואָס מיינט דאָס בעסט, וואָס איז בעסט.

הרב ק. — שנכנס עם הנ"ל — אמר לכ"ק שמר כ. הוא מגזע חב"ד מסביבות עיר פאנעדעל.

כ"ק אדמו"ר שליט"א: פריער מוז מען געדענקען די היימישחסידישע מנהגים, ווי מען האָט זיך געפירט אין דער טאַטעמאַמע'ס הויז, אין חדר באַ די חסידישע מלמדים, און אין די חסידישע מנינים און בתי מדרשים.

עס איז זיכער אַז יעדע עראינערונג, וואָס אַ חסידישער מחונך דערציילט זיין פאַמיליע און באַקאַנטע, וועגן די איבערלעבונגען אין טאַטעמאַמע'ס היים אין חדר און בית המדרש, וועגן די יומא דפגרא'ס מיט די חסידישע סיפורים שמועסן און ניגונים, איז אַ דערפרישונג פאַרן זכרון און אַ זכות פאַר די עלטערן און די מלמדים וועלכע האָבן דערצויגן זייערע קינדער2 אין דרכי התורה והחסידות, און נוסף אויף די אַלע מעלות שטאַרקן די זכרונות די וואַרעמקייט פון 302דעם חב"דחסידישן עמוד האור און דעם אַלגעמיין חסידישן עמוד האש, אַז די שלש אהבות, אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל זאָלן זיין די וועגווייזער אין דרכי החיים.

אין פאנעדעל זיינען געווען אמתע חסידים.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט — שמחת תורה תרנ"ב — אַלטע חסידים וואָס האָבין גיהאָרעוועט אין עבודת התפלה מיט אַ הכנה פאַרן דאַוונען און מיט אַ בפועל — בכן נאָכין דאַוונען האָבין געוואוסט וואָס מיינט אמת.

דער חסידות'ער ביאור וואָס מיינט די דריי אותיות פון אמת: א איז דער אָנהויב פון די אותיות, מ איז דער אמצע פון די אותיות, ת איז דער סוף פון אותיות3. דאָס מיינט אַז דער אור האמת זאָל דורכדרינגען אין אַלעס, אַז דער אָנהויב מחשבה, און דער דיבור וואָס ער איז מחבר מחשבה מיט דער מעשה בפועל, זאָלן זיין מיט אַ חיות פנימי ועצמי.

אַמעריקאַנער אידן זיינען בעלי הרגש אין אַ טובה טאָן אַ אידישע געפאַלענע ר"ל פאַמיליע אין גשמיות, אָבער דאָס רוב נאָר אַ טובה גשמיות, וועגן ענינים רוחניים איז מען מער ווי קאַלט, מען איז פאַרגליווערט פון די קעלט, און מען איז צוטומלט פון דער גרויסער שאיפה נאָך דעם הון ועושר בביתו4, אָבער דער וצדקתו לערנען און געבן צדקה איז עומדת לעד4, שטייט אויף איין אָרט.

אין דער אַלטער רוחניותגליקליכע היים האָט זיך יעטווידער איינער משתדל געווען צו זיין איידעלער, צו קענען לערנען און טאַקע לערנען.

עס זיינען דאַן אויך געווען חילוקי דרגות פון תלמידי חכמים און פשוטע אידן, אָבער דאַן איז יעדער איינער געלעגן אין דעם ווי אַ טובה צו טאָן אַ צווייטן. אהבת ישראל, טאָן אַ אידן אַ טובה, איז געווען אַ הויפּט זאַך באַ אַלע דרגות אידן, אָן אונטערשייד צווישן דעם למדן און דעם פשוטן תהלים זאָגער.

די תהלים זאָגער, איז ניט נאָר זיינען זיי געווען אמונה אידן, נאָר זיי זיינען אויך געווען בעלי מעשים טובים אידן וואָס האָבן זיך ניט בענוגנט נאָר מיט זייער תפילה בציבור און תהלים זאָגען.

יעדערער לפי ערכו האָט זיך באַמיהט צו פאַרשטיין וואָס דער רבי לערנט פאַר זיי, צי משניות אָדער מדרש, עין יעקב אָדער גאָר אַ חסידישן סיפור און אַ חסידישן ניגון.

אין דער אַלטער היים זיינען אין די בתי מדרשים געווען פאַרשידענע טישן, אַ דרום טיש, אַ צפון טיש. ביים צפון טיש פלעגן אידן לערנען אַ מאמר עין יעקב, אַ איד האָט זיך צוגעזעצט זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים, אויף אַ צווייטן טיש האָט מען געלערנט גמרא, באַ דעם טיש זיינען שוין געזעסן לומדים און מען האָט זיך מפלפל געווען אין אַ מהרש"א און אַ מהר"ם שיף.

עס זיינען אויך געווען אידן וועלכע זיינען אַריינגעלאָפן אין שול בלויז אָפּדאַוונען. אַליין האָט ער באַלאַנגט צו אַ אַנדער שול, נאָר אַזוי ווי די דאָזיקע שול איז נאָהענט צו זיין הויז פלעגט ער זיך אַריינכאַפּן אין דער שול אָפּדאַוונען, און ווען ער האָט געוואַשען די הענט ביים כיור האָט ער שוין געהאַלטן באַ ברוך שאמר, אַרויפגעדרייט די תפילין, אָפּגע 303זופט דעם דאַוונען און צו אשרי ובא לציון האָט ער שוין צוגעלייגט אַן אויער צו הערן וואָס הערט זיך אויף דער וועלט און אין שטעטל.

אָט דער סאָרט מענטש איז געווען געקרוינט אין שטעטל מיטן צונאָמען דער טשיקאווער אָדער דער צודרייטער. ער האָט קיינמאָל קיין צייט ניט געהאַט, שטענדיק געווען צוטראָגן און פאַרהאוועט. ער האָט טאַקע געהאַט אַ נאָמען אין זיין שטעטל, אָבער וואָס פאַר אַ נאָמען.

דער אמת איז אַז מען בעדאַרף טאָן אין עניני פרנסה אָבער מען מוז וויסן די ריכטיקייט און זיך אַליין אָפּגעבן אַ חשבון אויף דעם יסוד מוסד פון תורה ואמונה אַז מען קען ניט פאַרדינען קיין איין גראָשן מער וויפיעל עס איז באַשטימט לויטן דין ומשפט.

מען בעדאַרף בעטן דעם אויבערשטן אַז דאָס וואָס מען פאַרדינט זאָל גיין למקום הראוי, פאַר זיך, פאַר די אייגענע בני בית און דער עיקר צו דערמעגליכן אַז אַנדערע זאָלן לערנען און זאָלן האָבן וואָס צו לערנען.

נו, איז וואָס טוט איר אין דעם? וואָס טוט איר אויף?

יעדער איד האָט פיר נעמען5: אדם, איש, אנוש, גבר. די דאָזיקע פיר נעמען ווערן געטיילט אין צוויי סוגים. דער ערשטער סוג בעטאָנט דעם עצם המהות פון מוחין און מדות. אדם איז אַ כינוי פאַר שכל, איש איז אַ כינוי פאַר מדות. און גבר און אנוש בעדייטען און ערקלערען קלאָר און שאַרף דעם תוכן פנימי ועצמי פון אדם און איש, אַז יעדער איינער בעדאַרף טאָן אַלעס וואָס ער קען, הן אַליין און הן דורך גוטע פירער, מלמדים און רבנים, צו שטאַרקן דעם גבר, דעם תוקף אויף דער שוואַכקייט פון אנוש.

דאָס איז די פליכט פון יעדער אידישן מחונך בכלל, און פון אַ חסידישן מחונך בפרט. אַ חסידישער מחונך מוז טאָן מיט זיך צו ווערן איידעלער. אַ טאַטנס אַ קינד, אַ זיידנס אַ אייניקל פון אַ חסידישער משפחה דאַרף האָבן דעם זכות פון אָפּדרוקן אַ ספר, צו זיין אַ מזכה את הרבים, כמו אָפּדרוקען דעם אַלטן רבינס שולחן ערוך.

תורה איז דער אידישער מחנךספר, פון דעם טאָג וואָס די נשמה קומט אַראָפּ אויף דער וועלט און דאָס קינד ווערט געבאָרן, זיינע דערציהונגס יאָרן, ביז דעם יום האחרון וואָס די נשמה בעדאַרף זיך אומקערן אין הימעל פון דער שליחות אַרבעט וואָס מען האָט איר מזכה געווען דורכצופירן אויף דער וועלט.

עס איז ידוע דעם הייליקן בעל שם טוב'ס מאמר וואָס ער האָט מבאר געווען דעם מאמר מנהגן של ישראל תורה היא6, אַז יעדער מנהג טוב אין חיזוק התורה והמצות איז דער מנהג אַליין תורה6, וואָס בריינגט אַ געוויסע פאַרשטאַרקונג אין לימוד התורה און קיום המצות.

איינער פון די מנהגים טובים אין דער מדינה איז אַ משפחה צוזאַמענקונפט, וואָס מזמן לזמן קומען זיך צוזאַמען אַלע בני המשפחה מיט זייערע בני בית.

דאָס איז זיכער אַ מנהג טוב אין אהבת אחים ואחיות, אָבער מען בעדאַרף די דאָזיקע צוזאַמענקונפטן אויסנוצן אויף דער ריכטיקער וועג און אויפטאָן וואָס 304עס איז נויטיק אויך אין רוחניות. איר בעדאַרפט בעאיינפלוסן און באַוועגן אייער משפחה צו נעמען איינטייל אין דעם. מען בעדאַרף זיך וועגן דעם צוזאַמענריידן מיט אייערע פיר ברידער.

מר כ.: איך ווייס ניט ווי אַזוי איך קען דאָס באַווייזן.

כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ סוחר ווען עס שטייט אים פאָר אַ מסחר, ווערט ער שטאַרק נתפעל, למשל, ווען עס מאַכט זיך קויפן אַ זייער גרויסן געשעפט מיט אַ געוויסן גרויסן זיכערן פאַרדינסט, איז ביים אָנהויב טראַכט ער ווי וועט ער דאָס קענען דורכפירן, אָבער ווען ער זעצט זיך אַוועק און נעמט אַ ?לייפעדער7 און מאַכט אַ חשבון אַז היינט קען ער געבן אַזויפיעל, אין אַ חודש אַרום אַזויפיעל, און מען האָפט לרחמי שמים אַז ער ברוך הוא וועט העלפן. און אַזוי איז אויך אין דעם ענין, פריער אָפּדרוקן איין חלק, נאָכדעם אַ צווייטן, און אין אַ משך פון חדשים קען מען די זאַך דערווייזן צו פאַרענדיקן.

מען דאַרף האָבן אַ התעוררות הלב צו מקבל זיין די ברכה פון רבין. עס בעדאַרף זיין אַ איידלקייט אין שכל צו פאַרשטיין דעם עונג הנשמה בגן עדן.

מר כ. מבקש שיעזרו לו למצוא עוד שותפים לזה.

כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ טאַטע העלפט אַ קינד ווען ער טוט אַ גוטע זאַך. איך בין ניט אויסן נאָר די גשמיות פון דעם, איך בין אויך אויסן אַז גזע החסידים זאָלן זיין בעלי זכות. איך ווינטש אייך אַז איר מיט אייערע ברידער יחיו זאָלן האָבן דעם גרויסן זכות און זיין געבענטשט בגשמיות וברוחניות.

השם יתברך זאָל זיך מרחם זיין אויף אונז אַלעמען און אויף כלל אחינו בית ישראל בכל ארצות פזורינו און זאָל אונז שיקן דעם גואל צדק משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן כן יהי רצון.

הערות

עמוד 301

  1. 1. נדפס מהעתק המזכירות מוגה בכי"ק רבינו.
  2. 2. במהדו"ק מהשיחה בכי"ק רבינו: און תלמידים.

עמוד 302

  1. 3. ראה ירושלמי סנהדרין פ"א ה"א. דב"ר פ"א, י. שהש"ר פ"א, ט (א).
  2. 4. תהלים קיב, ג.

עמוד 303

  1. 5. ראה זח"ג מח, רע"א. לקו"ת שה"ש כה, א ואילך. סה"מ תרכ"ט ס"ע קעא ואילך. תרל"ה ח"א ע' קצ ואילך. ה'ש"ת ע' 96 ואילך. ועוד.
  2. 6. ראה לקמן ע' 338. וש"נ.

עמוד 304

  1. 7. במהדו"ק משיחה זו: מיט פּאַפיר.