יום א' דחג הסוכות תש"ח בסעודה

167יום א' דחג הסוכות תש"ח בסעודה

א. אחד מהמסובים אמר: לחיים! עס זאָל זיין שמחה.

ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז מען זאָל דערהערן די שמחה. מלמעלה גיט מען דאָך נאָר גוט, כמאמר הידוע1 אין רע יורד מלמעלה, דאָס ווערט דאָך ערשט אין השתלשלות, אָבער מלמעלה גיט מען דאָך נאָר גוט. זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז מען זאָל דאָס טאַקע דערהערן.

ויאמר א' מהמסובים הנ"ל: אין אַ טוב הנראה והנגלה.

ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

עס איז דאָך מסתמא ידוע, וואָס מען האָט גערעדט דעם חילוק פון טוב הנראה והנגלה און טוב האמיתי.

ב. אין מיינע קינדער יאָרן, אין מיינע וואַלגערישע יאָרן ווען איך האָב זיך געוואַלגערט אין החסיד ר' הענדל'ס2 חדר, האָב איך אַמאָל בייגעוואוינט ווי החסיד המלמד ר' אהרן נ"ע קוגעל מדאָקשיץ3 — הי' בר דעת בחסידות והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך דורכגעשריבן מיט איהם — האָט געזאָגט צו החסיד ר' הענדל'ען: שטייסט אויף אינדערפרי און זאָגסט מודה אני און דו וויינסט שוין, דו ביסט דאָך אַ קליינער בעל מוחין און אַ גרויסער בעל מדות, איז מילא, אַז עס גייט דורך אַ גאַנצער טאָג, און מ'טוט זאַכען וואָס מען דאַרף ניט טאָן און מען טוט ניט אַזעלכע זאַכען וואָס מען דאַרף יע טאָן, איז נאָכדעם ביי קרשעה"מ וויינט זיך; אָבער באַלד אין דערפרי ביי זאָגען מודה אני, וואָס וויינסטו שוין.

האָט אים החסיד ר' הענדל געענטפערט: איך וויין ניט, נאָר עס פאַרקוועטשט מיר די האַרץ, עס איז שוין 67 יאָהר ווי ער — הנה"ב — מאַטערט מיר, עס איז אַדורכגעגאַנגען אַ טאָג און ער האָט דאַכט זיך געהאַט וואָס ער וויל, איז אַז ער האָט זיך געלייגט שלאָפן האָב איך געמיינט אַז ער וועט שוין אייננעמען אַ פגירה; ערשט אינדערפרי, ער איז ווייטער דאָ. ער לאָזט מיר ניט זאָגען מודה אני ווי אַ איד דאַרף זאָגן, קען איך דאָס ניט פאַרנעמען און עס פאַרקוועטשט מיר די האַרץ און עס וויינט זיך.

וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: איך בין זיך יעצט מצייר דעם עוה"ז פון ר' הענדל'ן, זיין קליינע שטיבל מיטן בעטל מיט די גאַנצע שטימונג און זיין אָרימע הויז, ומ"מ אמר כנ"ל.

אַמאָל אַז מען האָט געזאָגט אַ וואָרט האָט מען דאָס פאַרנומען, מען האָט דאָס איינגענומען; אָבער היינט אַז מען זאָגט דעם אמת האָט מען פאַראיבעל — מען מיינט, אַז דאָס מיינט מען ניט אים. ער איז דאָך גאָר ניט, ניט קיין בעל מוחין, ניט קיין בעל מדות, נאָר אַזוי ווי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאָס אָנגערופען: אַ "צוצעלע" — צוויי פלאָקענס אַרומגעוויקלט מיט אַ שמאַטע און אָנגעטאָן אַ אָפּגעריבענע היטעל, און מען שטעלט עס אַוועק אין גאָרטען אָפּצושרעקען די פייגלען. דער טאַטע פלעגט עס אויך רופען: ניט דערקאָכטע 168אַרבעס; קלייניקע קיילעכדיגע, אָבער אַז עס שטעלט זיך אין האַלדז קען מען זיך דערמיט דערווערגען.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט דעם טעם פאַרוואָס ביי אַ פאַרבריינגען מאָנט מען אין עניני עבודה, ווייל אַ חסידישער פאַרבריינגען איז אַזוי ווי אַ קעסיל, דער אש של מעלה קאָכט אויס דעם גאַנצען לא טוב.

ג. משה רבינו האָט מקבל געווען די תורה און האָט זי איבערגעגעבן אידן כמאמר משה קיבל תורה ומסרה כו'4 ווייל משה איז געווען אַ טוב עין5.

דער אַלטער רבי איז אויך געווען אַ טוב עין6, ער האָט אַ פולע אַוועק געגעבן פאַר חסידים, וואָס באמת יעדער חסיד, אפילו אַ איש פשוט דערהערט, ער ווייס ניט וואָס, נאָר ער דערהערט אַ גילוי אור.

ד. אין יאָר תרנ"ג האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט — אין סוכה — צו רז"א: געדענקסטו וואָס דער זיידע — כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק — האָט געזאָגט, פאַרוואָס ביי חסידים זאָגט מען ניט קיין אושפיזין אין סוכה7?

וסיפר הרז"א

— הרז"א הי' בעת הסתלקות אדמו"ר הצ"צ בערך ז' שנים8 והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק הי' אַז בערך חמש, חמש וחצי שנה9 —

דער זיידע — כ"ק אדמו"ר הרה"ק צ"צ — האָט געזאָגט: אַז זיי זיינען דאָ איז נאָכוואָס דאַרף מען זאָגן?! אַז מען זעט זיי ניט — דאַרף מען זאָגן, זיי צו פאַרבעטן, אָבער אַז מען זעט זיי — איז נאָכוואָס דאַרף מען זאָגן?!

הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט זיי יע געזען. ער האָט מיר — היינו כ"ק אאזמו"ר הצ"צ — געפרעגט: דו זעסט זיי? האָב איך געענטפערט: ניין. ואמר רבינו הזקן: אַה, אַז מען דערהערט ווי מען זעט, זעט מען. און האָט אַרויפגעלייגט די הענט אויף מיין קאָפּ — און מער האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הצ"צ ניט מסיים געווען.

כשסיים הרז"א לספר, אמר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער זיידע — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ — האָט געזען און האָט אונז מנחיל געווען10.

מען דאַרף דאָך יעדע זאַך פאַרשטיין אין השכלה והשגה, הגם השגה איז נאָר צוליב עבודה, אָבער צוליב עבודה דאַרף מען דאָך האָבען השגה, איז דער ביאור אין דעם וואָרט זען — ראיית השכל, השגת המהות.

ה. נאָך מנחה הויבט זיך אָן דער זמן שמחת בית השואבה11. איך מיין ניט שולל זיין איצטער, נאָר עס איז חילוקי דרגות אין זמן השמחה.

ו. אַז12 דער אַלטער רבי איז געווען 169דעם ערשטען מאָל אין מעזריטש13, האָט ער געהערט אַ תורה פון מעזריטשער מגיד בשם הבעש"ט, אַז פון ענן הקטרת פון יוהכ"פ ווערט נמשך דער סכך הסוכה14, וואָס דאָס איז דער אהבתי אתכם אמר ה'15, האָלט האָבן אַ אידן.

פון דענסטמאָל אָן איז געוואָרן אַ שינוי אין דרך פון אַלטן רבי'ן, וואָס ער האָט אָנגעהויבן מקרב זיין אנשים פשוטים. פריער איז דאָך געווען בדרך הבדלה און ריחוק פון אנשים פשוטים, אָבער פון דענסטמאָל אָן האָט ער אָנגעהויבען מקרב זיין אנשים פשוטים16.

ביים טאַטן17 איז דאָ אַ ביאור אויף דעם ענין וואָס פון ענן הקטרת של יוהכ"פ ווערט דער סכך הסוכה, בבחי' אהבתי אתכם אמר ה'.

בכלל איז פון דעם קירוב צו אנשים פשוטים איז מען משלים וואָס עס פעלט זיי בגילוי; בהעלם האָבען זיי דאָך אַלץ, און דורך דעם אהבת ישראל און קירוב צו די אנשים פשוטים איז מען משלים וואָס עס פעלט זיי בגילוי.

ז. אין יאָר תרמ"ח האָט מען פאַרבראַכט אצל הרבנית הזקנה18. און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט בענין אהבת ישראל, און האָט אַ זאָג געטאָן: אַי! אַ איד. והי' שם ג"כ החסיד ר' הענדל, ואמר: אַי! רבש"ע, דו ווייסט דאָך אַ ודאי וואָס אַ איד איז און וואָס ער טוט אויף דיין וועלט, גיב זיי פרנסה בהרחבה זיי זאָלען זאָגען תהלים בשמחה.

הערות

עמוד 167

  1. 1. כ"ה בשל"ה (קו, ב. ועוד) ובכ"מ בדא"ח (ראה תניא אגה"ק סי"א). ובב"ר פנ"א, ג "אין דבר רע כו'". וראה מדרש תהלים מזמור קמט.
  2. 2. ראה אודותו לעיל ע' 17. וש"נ.
  3. 3. ראה שיחת ליל שביעי של פסח תש"ז (לעיל ע' 113). וש"נ.

עמוד 168

  1. 4. אבות פ"א מ"א.
  2. 5. משלי כב, ט. נדרים לח, א.
  3. 6. ראה גם שיחת ליל שש"פ תש"ו (לעיל ע' 39).
  4. 7. ע"ד מנהגנו שאין אומרים הנוסח דהזמנת האושפיזין — ראה גם שיחת ליל ב' דחה"ס תשמ"ו ועוד.
  5. 8. ראה לעיל ע' 14 ובהערה 3.
  6. 9. נולד כ' חשון תרכ"א.
  7. 10. ראה גם שיחת ליל ו' דחה"ס תשמ"ו שכאשר כ"ק מו"ח אדמו"ר דיבר ע"ד האושפיזין החסידיים — הראה באצבעו ואמר: כאן יושב הבעש"ט, כאן יושב הרב המגיד וכו'.
  8. 11. ראה שיחת ליל ב' דחה"ס תש"ז (לעיל ע' 66).
  9. 12. הובא ונתבאר בשיחת שמחת בית השואבה תשכ"ב.

עמוד 169

  1. 13. ראה גם לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  2. 14. ראה עטרת ראש שער יוהכ"פ כט, א ואילך. לו, סע"א ואילך. מאמרי אדמו"ר האמצעי דברים ח"ג ע' א'קלד ואילך. ח"ד ע' א'רכז ואילך. אוה"ת סוכות ע' א'תשכב ואילך. המשך וככה תרל"ז פרק פד. סה"מ תרנ"ז ע' קסב ואילך. ד"ה בסוכות תשבו תשל"ו. תש"מ (סה"מ מלוקט ח"א ע' קעז. ע' שנז). ובכ"מ.
  3. 15. מלאכי א, ב.
  4. 16. ראה לעיל ע' 28. וש"נ.
  5. 17. ראה סה"מ תרנ"ז שם.
  6. 18. הרבנית הצדקנית מרת רבקה. ראה אודותה לעיל ע' 14. וש"נ.