סעודת פורים תרפ"ה
83סעודת פורים תרפ"ה
א. [כעבור לערך חצי שעה אחר שישבו לסעודה אמר לר' יצחק מתמיד1:] זעט צו דעם עולם מיט משקה, וואָרום מען פאַרלאָזט זיך אויף יושר און מען נעמט ניט.
[אמר ר' יצחק: אויב מען זעט זיך ניט צו דאַרף מען טאָן מיט זיך אָדער מיט יענעם?
והשיב כ"ק אדמו"ר:] אַ טיפע שאלה. זיך איז דאָך אַ חיוב, און יענעם איז דאָך אַ הידור, און אַז מען טוט מיט זיך פועל'ט מען אויף יענעם ממילא. און ווידער איז זיך איז מען דאָך נאָענט, מען קען זיך שטענדיק געפינען, און יענעם דאַרף מען גיין זוכן. און נאָך אַ טעם, זיך קען מען דאָך אַ ודאי גוט, משא"כ הזולת.
אַז מען הערט רכילות לה"ר איז דאָס ווייל דער לא טוב איז ביי זיך פאַראַן, און בכלל וואָס מ'זעט אויף יענעם לא טוב, איז דאָס ווייל ביי זיך איז דער לא טוב דער אייגענער2. דער כיור איז געמאַכט געוואָרן פון מראות הצובאות3, וואָס מען זאָל זעהן נאָר אייגענע לא טוב4. און אַז מען איז מתקן דעם אייגענעם לא טוב איז דאַמאָלסט ניטאָ קיין זעהן אויף יענעם.
[ר' אד"מ5 לקח משקה, הי' בהתרגשות ועמד על ספסל, ואמר כ"ק אדמו"ר:] עס דאַרף זיין אַ אינווייניגסטער סאמאוואר, אָט ווי מען האָט געזאָגט אויף דער מקוה.
[ואמר הנ"ל: אַז מען נעמט אַביסל משקה איז מען פריילעך. וענה ע"ז כ"ק אדמו"ר:] אַ טעות גמור, אַ השגה אין מוח און קבוע בלב און לייכט אין האַרצן איז יקר שביקר, והעיקר הוא אַראָפּטראָגן אין בפּועל ממש.
מה הי' עשו, ער איז געגאַנגען מיט אַ רויטן גאַרטל און מיט אַ האַק? אדמו"ר הזקן אמר אַז עשו איז געגאַנגען אין אַ ווייסער זופּיצע מיט אַ שטריימעל, ומ"מ הי' עשו6.
מען קען זיין אַ עמלק אפילו אַ יושב 84אוהל און אַ מוכתר בטו"ת און אַז השגה קומט ניט אַראָפּ אין האַרצן איז דאָס עמלק7, ומלק את ראשו אַז אַ איד אפילו אין (חסר) און וואו ער זאָל ניט זיין, אויב נאָר ער הערט דעם אמת, און בפרט אַז ער רייסט זיך אָפּ צו אַביסעלע תורה איז דאָס דער תכלית הכוונה, אַז מען גייט אין גאַס איז אפילו דער שטיין דאַרף אויך דאָס דערהערן אַז אויף אים גייט אַ חיות אלקי אַ נברא וואָס ער הערט אַז ער לעבט פון אלקות.
[אח"כ אמר להמסובים:] נעמט משקה, וואָרום איצטער איז די צייט, און מאָרגן איז פאַרפאַלן. מען קען ניט זאָגן אַז מאָרגן זאָל מען גאָר קיין משקה ניט נעמען. איך האָב געהערט פון אַלטע חסידים דריי טעמים אוף נעמען משקה. א) כמו סוטה7. ב) אַזוי ווי ביי די שחיטה איז מען משקה עס זאָל זיין גרינגער אַראָפּנעמען די פעל8 (דאָס איז די צווייטע דרגא פון שערי אורה). ג) מען דאַרף אָנטרינקען ער זאָל ניט דרייען קיין מוח7.
ב. [באמצע הסעודה אחר המאמר התחיל ואמר:]
והנחש הי' ערום9, שע"י חטא עה"ד נעשה תערובת טו"ר10, עד שאין אנו יודעים מהו טוב ומהו רע. אין אנו יכולים לומר על שום אדם ולא על שום נברא דבר חלוט, אפילו נראה לנו לטוב אין אנו יכולים לומר שזהו טוב גמור, ויכול להיות שיש בו רע בהעלם, ואח"כ יתגלה. ואם נראה לנו לרע אין אנו יכולים לומר שזהו רע גמור, יכול להיות שיש בו טוב בהעלם והראי' מקמצן שאינו נותן כלום בשו"א, וכאשר מתרמה לו צרה ר"ל נתהפך ונעשה נדבן, או כאשר השי"ת עושה לו נס באופן שבעל הנס מכיר בנסו שאינו יכול להלבישו בטבע (כי ע"פ רוב אין מודים בנסים רק אומרים ע"פ הטבע) דהיינו נס הגלוי, אז ג"כ מתהפך ומפזר ריבוי צדקה. מילא איז פאַראַנען תערובת טו"ר אין אַלע זאַכן.
עובדי ה' קען זיין אַז מען זעט דאָך מיט אַ פאַרפינסטערטן פּנים מיט שוואַרצע ציינער, אַ יושב אהל און לערנט, און באמת איז אין תוכו כברו. ער מיינט אַז ער לערנט אָפּ אַ אות לקוטי תורה, אַ חסידות, און שטעלט זיך דאַוונען און גיט אַ קנאַק מיטן פינגער, איז ער שוין פאַרטיק, און ווייטער איז שוין דער אויבערשטער שולדיק, און ניט ער וויילע ער האָט דאָך געטאָן. ער לערנט חסידות און פיינט זיך אויס מיט דער השכלה. מיט וועמענס השכלה? וועמענס איז דאָס? דאָס גייט פון אַ מעיין קדוש פון רביים, וואָס אַ רבי האָט געזאָגט און געשריבן, און ער נעמט און פיינט זיך אויס מיט דערויף. מען דאַרף וויסן צי די חסידות וויל באַ אים זיין אין אַזאַ פּאַסקוסטוועס מויל, און דאָס איז עמלק, וועגן אַזוינע רעדט מען ניט, דאָס איז פּאַסקוסטווע. נאָר מען רעדט 85אַז די חסידות וואָס מען לערנט זאָל זיין קבוע במוחו ומאיר בלבו און אַראָפּטראָגן אין פועל ממש. חסידות איז איין וואָרט, זאָל זיין קבוע במוחו און מאיר בלבו און אַראָפּטראָגן בפועל ממש.
עס שטייט אין ע"ב אָדער אין ע' (יונגעלייט ווייסן)11 אַז באַ חסידים הזקנים אָדער באַ חסידים הישנים איז די התחלה געוועזן, אַז וואָס מען וויל זאָל מען ניט טאָן. דאָס איז נאָך איידער אַלץ, איידער אָנקומען אין כת, און נאָך פאַר יחידות.
[שאל ר' שמואל מכותאיס12, דאָס איז די התחלה? והשיב:] יע, די התחלה. פאַרשטייט זיך אַז מען האַלט באַ אַ ציור. קודם איז מה שרוצה לא ירצה, פשוט ניט וועלן. און ניט אַז מען שטייט אויף אַכט אַזייגער און מען טרינקט אָפּ טיי, און מען גיט אַ לערן, און מען שפּאַרט אָן די קאָפּ אויפן האַנט. און ער מיינט אַז ער איז אַ משכיל.
אַמאָל ביז נ"ד האָט מען דאָס אָנגערופן קי"ש.
[אמר לר' שמואל מכותאיס:] דו ביסט געווען נ"ד? ניין. אַהאַ, שלמה דער געלער פון נעוועל13 איז געווען.
אַמאָל האָט מען דאָס אָנגערופן קי"ש, דאָס הייסט גאָרנישט. און מיר האָבן דאָס אַ נאָמען געגעבן עובדים און משכילים, ווי באמת שטייט גאָר אין חסידות אתהפכא, און נאָך זאַכן, זיין אַ מרכבה. שוים זע איז דאָס אַ אַרבעט פאַר יחידי סגולה באופן כזה? מילא סיגופים איז ניט שייכות, קיין כחות ניטאָ. אָבער עס איז דאָך פאַראַן וואָס צו אַרבעטן מיט זיך. אַרבעטן מיט זיך דורך זיך, און פועל'ן אויף יענעם דורך זיך, אָט דאָס וואָס מען זעט אויף יענעם איז דאָס אייגענע, מען דאַרף זיך איבער אַרבעטן אַזוי אַז עס זאָל זיך גאָר ניט זיין קיין אחיזה פון לא טוב, איז ממילא פועל'ט מען אויף יענעם בדרך ממילא. און עס איז דאָך פאַראַן וואָס צו אַרבעטן, איבער אַרבעטן אַזעלכע שלעכטע מדות, און אויסרייסן זיי אין גאַנצן, אָט ווי מען אַרבעט אַ פעלד, רייסט מען אויס די שלעכטע גראָז דאָך מיט דעם קאָרען, איז אַזוי דאַרף מען אויסרייסן גאָר לגמרי אַז עס זאָל גאָרניט בלייבן. דער לב הבשר איז דאָך ניט קיין לב הבשר נאָר אַ לב האבן. איז דער לב הגשמי זאָל אויך מרגיש זיין אַ ענין אלקי, לבי ובשרי ירננו אל אל 86חי13. איבער אַרבעטן זיך אינגאַנצן. וואָרום כל אחד מישראל יכול להגיע לזה. והעיקר הוא שההשגה תהי' קבוע במוחו ותאיר בלבו און אַראָפּטראָגן בפו"מ, דער לימוד החסידות זאָל זיין באופן אחר, וויסן וועמענס חסידות מען לערנט, וואָרום עס קען זיין אַז די חסידות וויל ניט זיין באַ אַזאַ בעל מדות רעות, און קריינקען און ווייטיגן, איך מיין ניט אין גשמיות, איך מיין אין יגיעת נפש ויגיעת בשר, און איבערטראַכטן אַכט שעה שתהי' ההשגה קבוע במוחו ותאיר בלבו און אַראָפּטראָגן אין פועל ממש. ואם ההשגה אינה מאירה בלבו זהו לסימן שהידיעה אינה ידיעה, און מ'דאַרף אַרבעטן.
ג. מילא דער זיידע14 איז געווען גאָר אַ בעל שם'סקער איד, דער טאַטע אַז ער פלעגט זיך זעצן באַ זיך אין חדר און לערנען משניות — משנה אותיות נשמה15 — און חסידות, פלעגט ער זעהן עצמות אוא"ס בראי' חושית16. וכאו"א יכול להגיע לראיית אלקות במוחש, נאָר מ'דאַרף טאָן. וואָרום תשובה וועלן דאָך אַלע טאָן, כי לא ידח ממנו נדח17, ער קען זיין אַ פּראַוואדנעק און ער וועט אויסגיין אויפן טארמאז פון וואַגאָן מיט תשובה, איז בעסער שוין תשובה טאָן מתוך עבודה. וואָרום תשובה קען זיין אויף צוויי אופנים, מקו החסד ומקו הגבורה, איז ניט מקו החסד וועט ער האָבן יסורים קשים ר"ל און ער וועט תשובה טאָן, איז בעסער שוין תשובה טאָן מתוך האהבה והדביקות איידער מתוך עוני דוחק יסורים ולחץ, וואָרום וויבאַלד ער וועט סיי ווי תשובה טאָן, איז בעסער פריער מתוך העבודה, וואָרום אַן עבירה די צייט, מען דאַרף תשובה טאָן. און טאָן ולהאיר את העולם.
אַ איד דאַרף וויסן שזהו תכליתו להאיר את העולם, און טאָן מיט יענעם דורך זיך, וזהו תכליתו, און צו עניני העולם האָט ער גאָר קיין שייכות ניט, דאָס איז ניט פאַר אים, זיין זאַך איז נאָר באַלייכטן די וועלט. און בפרט די תמימים וואָס דער טאַטע האָט פערפלאַנצט איז דאָס ליכטעלעך, אויף צו באַלייכטן די וועלט מיט דעם נר מצוה ותורה אור18. זיי זיינען עמודים וואָס מען האָט זיי אַוועקגעשטעלט, דאַרפן זיי וויסן שזהו ענינם להאיר את העולם. און וואוהין ער זאָל ניט פאַרקריכן, ס'איז פאַרפאַלן, דער טאַטע האָט אים אַוועקגעשטעלט איז פאַרפאַלן.
דער טאַטע איז ניט געווען קיין איש שחוק, קיין גלייכווערטל'דיקער איד, ער האָט אַ רגע ניט אַוועקגעגעבן אומזיסט, איז ניט איצטער איז שפּעטער, אָבער עס וועט קומען צו אים. וויפל ער וועט זיך ניט דרייען און וועט זיך ניט מאַטערן און ער וועט האָבן צרות, אָבער דער טאַטע וועט אויספירן זיינס. אָט ווי מיר זעהן מיט איינעם האָט דער טאַטע געהאַט וואָס צו טאָן פיר יאָר, און ער האָט געמיינט זיין אַ גאַנצער קנאַקער, און דער טאַטע האָט אויסגעפירט זיינס, און יענער איז יעצט אַ ראש ישיבה. און קיינער וועט זיך ניט אויסדרייען, און ער וועט אַלעמען אומקערן צו זיך. טוט 87זיך אויס פון אייערע העמדלעך וואָרום דער טאַטע וועט אַלעמען אומקערן צו זיך.
דאָס איז זייער תכלית באַלייכטן די וועלט, וכל הדברים גשמיים כסף וזהב איז דאָס ניט זייערע, דאָס איז ניט צוליב זיי. אויף מאה ועשרים שנה זיינען זיי פאַר דאגה'ט, זייער גאַנצע עבודה איז אויפן איין און צוואַנציקסטן יאָר. און זיי אַליין זיינען אויך ניט ברשות עצמם, צי זיי ווילן צי זיי ווילן ניט. ווי אַ קאטארזאניעץ מיט דער קעסטעלע אויפן זייט וואָס ער איז ניט ברשות עצמו. אַזוי אויך זיינען מיר קאטארזאניצעס מיר זיינען ניט ברשות עצמנו. מען האָט אונז אַוועקגעשטעלט וזה הוא עבודתינו להאיר את העולם.
ווער רעכנט זיך מיט אונזערע גשמיות, מיט אונזער געזונט, מיט אונזערע מסירות נפש, ווייל קיין זאַך איז ניטאָ, אין עוד מלבדו19, חוץ עצמות א"ס איז קיין זאַך ניטאָ כלל וכלל ניט, איז ממילא דער מסירות נפש ניט תופס מקום. ניט איצטער איז אַ צייט דאגה'ענען וועגן גשמיות, אונזער אַרבעט איז צו בעלייכטן די וועלט, און עניני העולם האָבן צו אונז גאָר קיין שייכות ניט. נאָר פאַרקערט, אַז מען וועט טאָן וועט קיין זאַך ניט פעלן. מען דאַרף טאָן און אויסניצן אַלע עניני העולם צו עבודת ד' און פאַר קיין זאַך ניט נתפעל ווערן, און מען דאַרף זיך אָפּוואַשן אָפּשערן און פּועל'ן אויף יענעם דורך זיך.
ד. [אמר ר' מאיר שמחה מנעוול20: רבי, שוין ניטאָ קיין כח צו אַרבעטן, ניטאָ שוין קיין חושים און כחות. חכה מעט, והשיב כ"ק אדמו"ר:]
די מעשה איז אַזוי, מען האָט פאַר בעלי בתים צופיל מאיים געווען דעם ענין פון עבודה. אין חסידות רעט זיך אַז די העכסטע מדרי' אין עבודה איז אתהפכא חשוכא לנהורא, מיינט מען ניט דעם פאַל אתהפכא וואָס באַ צדיקים, וואָרום דאָס איז גאָר אַ אַנדער, מען מיינט אתהפכא חשוכא לנהורא אַז דער חשך אַליין זאָל ווערן ליכטיק.
ראשית דבר דאַרף זיין קביעות עתים לתורה, ווען ס'זאָל ניט זיין, בייטאָג ביינאַכט, נאָר קובע זיין עתים לתורה. וואָרום אַ איד אַז ער איז אַ טאָג אָן תורה איז ער אַ בר מינן, און מען קען אים פאַרשרייבן אין חברה קדישא, נאָר מען מיינט קובע זיין עתים לתורה. און דערנאָך וואָס ער איז ניט, איז אַ געשעפט מאַן אַ יושב קרנות און אַ ליאריאק דאַרף באַ אים זיין חקוק אַ ענין פון תורה, אַ קאַפּיטל תהלים אַ פּסוק חומש מיט רש"י, אַ שטיקל גמרא, נאָר תורה, אַזוי ווי עס רעדט זיך מפני שיבה תקום20, ווייל די תורה איז חקוק במוחו איז דאָס אַ ענין. און דערנאך אַז ער זיצט אין ליאריאק און ער ווייס אַז דאָס איז ניט דער עיקר, און ער טראַכט דברי תורה, און ווער רעדט אַז בין פדיון לפדיון קען ער עפּעס לערנען, דאָס איז דער חשך אַליין ווערט אור.
אָדער ער זעט צוויי מענטשן פון זיין מסחר ריידן צווישן זיך מיינט ער אַז מען רעדט וועגן אַ מסחר, ווי קען מען פערדינען, און ער גייט אונטער און הערט אַז מען רעדט דברים בטלים, זאָגט ער פע, און ער גייט אַוועק און טראַכט איבער אַ פּרשה חומש מיט רש"י, דאָס איז פון חשך אור.
88און ער זאָל זיך לייגן שלאָפן מתוך דברי תורה, און אויפשטיין מתוך דברי תורה, און וויבאַלד אַז ער שלאָפט צוליב תורה איז שוין ממילא דער שלאָף אַ אַנדערער. און דערסוג, דאָס איז גאָר אַ ענין נעלה, נאָר נאָך לערנט ער אַ האַלבע שעה אָדער אַ פערטל שעה (און ער איז שפּעטער משלים וויפיל ביי אים איז די קביעות), און גייט אין געשעפט, און ווייס אַז ניט תחבולות נאָר ברכת הוי' היא תעשיר דאָס איז מחשך לאור. הגם יושבי קרנות קאָנען זיך מצטדק זיין משום שהמה טרודים, אָבער ווער הייסט זיי זיין טרוד, אין צריך תחבולות, ויהי' לו פנאי. וברכת הוי' היא תעשיר21.
ויש שעסקם ליסע על הכפרים קויפן קאָרן, דאַרף ער האָבן מיט זיך אַ חומש אַ תהלים און לערנען חומש אָדער תהלים. ער פאָרט ניט קויפן קאָרן ער פאָרט דאָרטן לערנען חומש, און בראשית ב' ראשית22 איז דאָרטן געשטאַנען אַז ער דאַרף אין יענעם טאָג דאָרטן לערנען חומש. מען דאַרף ניט בעטן קיין ברכה, קיין ברכה העלפט ניט, מען דאַרף אַליין טאָן, אָט דער חומש וועט אים העלפן, דאָס איז מחשך לאור.
ער טרעפט אַ איד זיצט אין קרעטשמע, אַ וואַלד איד, גייט אַרויס אַ וויילע און גיט אַ פרעג באַ דעם באטראג ווי איז דער קרויט, און גייט אַריין און לערנט זהר און גייט אַרויס און פרעגט באַ דעם באטראג ווי גייט דאָרטן אין פעלד, און דערווייל פערבייגט ער דעם מדרש (איך מיין ניט ער פערבייגט דעם מדרש און לערנט ניט, נאָר ער פערבייגט אויף אַ סימן צו לערנען ווייטער), און גייט אַריין און לערנט מדרש. דאָס איז פון חשך אור.
עס איז פאַראַן דער אור השמש דער אור הלבנה וואָס זיי לייכטן, און כוכבים וואָס זיי לייכטן אויך, נאָר עס עפענט זיך און פאַרמאַכט זיך, סמעלקייעט זיך, אַזוי איז ער אין קרעטשמע, גייט אַריין און לערנט, גייט אַרויס הערט אויף.
דאַרפען אַלע וויסן אַז דאָס איז זייער תכלית להאיר את העולם, און מען דאַרף טאָן. אויב דער זיידע האָט געלערנט וועט ער אויך לערנען. און אויב דער טאַטע האָט געלערנט מוז ער שוין לערנען. מען דאַרף טאָן און מען דאַרף זיך ניט רעכענען מיט גשמיות און מיט קיין זאַך. אָט ווי רש"ב מבאריסאוו23 האָט זיך דערנאָך געכאַפּט אַז ער איז אָן עלטערן אָן אַ גזע, פון אַ שטיין, און פונדעסטוועגן האָט ער געטאָן, ער האָט זיך ניט גערעכנט. מען דאַרף זיך מיט גאָרניט רעכענען.
עס שטייט אין חסידות24 אַז אַזוי ווי מען קען מעורר זיין אַ חוש און פאַנאַנדער אַרבעטן אים, אַזוי קען מען משכיח זיין. עס טרעפט אַז מען דאַרף זיין שש ושמח פון דעם וואָס מען דאַרף גיין וויניקער מיט אַ מאָל אין גאַס, אַז מען גייט אין גאַס דאַרף מען ניט הערן וואָס וועלט הערט, און מען דאַרף ניט זען וואָס וועלט זעט24, מען דאַרף זיך מקשר זיין צו העכער איז ממילא הערט מען ניט.
ה. דער טאַטע איז אַמאָל געווען אין התפּעלות אַ גאַנצן חודש פון אַ וואָרט פון אַ חסיד.
89בשעת דער טאַטע איז געווען אין וויען25 בתור גלות החורף האָט איינער אַ חסיד דערציילט צוויי מעשיות מהרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאַן.
פעם א' נסע דרך עיר ר' מאיר הנ"ל אַ עולמשער איד, ושאל ממנו פשט ברמב"ם, און ר' מאיר'ל הי' למדן, ואמר לו למחר אומר לך הפשט, למחר אמר לו, איז אים געוואָרן ליכטיק אין די אויגן. ושאל ממנו מנא לך הא? ואמר לו בשעת מאיר'ל גייט אין מקוה גייט ער דורכ'ן הימל, איז דאַמאָלסט גייט ער אין היכלות, און היינט האָט ער זיך געבעטן אין היכל הרמב"ם ולמד עמו בזה.
און נאָך אַ מעשה. אין ר' מאיר'ס שטאָט איז די מקוה געווען אַהינטער אַראָפּ אַ באַרג מחוץ לעיר, די באַרג איז געגאַנגען משופּע, פון שטאָט אַרוף אויפן באַרג און נאָכדעם אַראָפּ פון באַרג אין מקוה. אויף דער באַרג האָט קיינער ניט געקענט גיין, די מענטשן פון שטאָט אַז זיי פלעגן גיין, פלעגן זיי גיין אַרום באַרג, אויך זיין שמש פלעגט גיין אַרום באַרג, נאָר ר' מאיר'ל פלעגט גיין אַרוף באַרג פון שטאָט און אַראָפּ אין מקוה, און צוריק אַרויף און אַראָפּ. אַמאָל האָט ביי אים איינער אַ פרעג געטאָן (שכחתי אם השמש שלו או אחר) רבי ווי אַזוי קענט איר אַרויפגיין און אַראָפּ און ווייטער כו' עס איז דאָך אוממעגלעך, מען קען דאָך אַראָפּ פאַלן ח"ו. והשיב ר' מאיר'ל אַז מען האַלט זיך אָן אויבן איז מען שטאַרק פון אונטן און מען פאַלט ניט אַראָפּ.
אין וויען איז געווען א פולע שולן, און דער טאַטע פלעגט פאַרגיין אין שול דאַוונען און לערנען פון אַזייגער אַכט ביז אַזייגער איינס, און אַלע טאָג אין אַ אַנדער שול (און נאָך איינס אַזייגער פלעגט ער באַזוכן ר' מאיר'ס חסידים, און פלעגט מיט זיי פאַרברענגען). און מ'פלעגט צו אים זאָגן אַ רוסישער איד? אַ רוסישער איד! אַ רומענישער איד? אַ רומענישער איד!. . . גיט אַ ציגאַר, נאַט אַ ציגאַר25.
ו. [אמר אחד: עס איז דאָך אָבער שפּעט צו טאָן, יונגערהייט גאָרניט געטאָן, און איצטער איז שוין שפּעט. וענה כ"ק אדמו"ר:]
וואָס שפּעט, ווען שפּעט, שפּעט איז קיינמאָל ניט, אַלע מאָל קען מען טאָן, מען דאַרף זאָגן תהלים, פּראַווען תיקון חצות, באַהאַלטן זיך אין קאַמער, אין קאָלדרע, און שרייען צום חי וקים, והעיקר הוא בפנימיות, ובחיצוניות לא יהי' ניכר. כמו כשעץ יבש שורף, און עץ לח — אַ גרויסער טומל, עס פלאַקערט און קיין קיילן ערשט ניטאָ, אבל עץ יבש שורף בחשאי ונשאר גחלים און עס איז וואַרעם. אָט מען קען זאָגן אַ גלייכווערטל און עסן פלייש, און אינווייניק ברענט אַ פייער אַ יקוד אש און עס איז ניט ניכר (ודיבר עוד מענין זה).
השי"ת יסיר מאתנו ההבלים, מאַטערן זיך אויף השגה. יתן השי"ת שאור התורה יאיר, און מען זאָל מכוון זיין אויף קורץ, ווי מען עפענט אויף דעם ספר זאָל מען טרעפן די כוונה פון דעם בעל הלכה, און אומזיסט זאָל ניט אַוועקגיין די צייט. דער אויבערשטער זאָל געבן אַז עס זאָל זיך אויספירן די כוונה, און יעדער זאָל טאָן וואָס מ'דאַרף, און אַז דורך אונז זאָל זיך אויספירן די כוונה.
הערות
עמוד 83
- 1. הרה"ח ר' יצחק הלוי הורביץ. — ראה אודותו לעיל ע' 37 הערה 1.
- 2. ראה תולדות יעקב יוסף ס"פ לך. ס"פ תרומה. פ' פקודי. מאור עינים ר"פ חוקת. ספר השיחות תרפ"ט ע' 37. קיץ ה'ש"ת ע' 83. לקוטי שיחות חלק י ע' 24 ואילך.
- 3. ויקהל לח, ח.
- 4. ראה תולדות יעקב יוסף שם (פ' פקודי).
- 5. הרה"ח ר' אלחנן דובער מאראזאוו. — ראה אודותו לעיל ע' 28 הערה 1.
- 6. ראה אגרותקודש ח"י ע' שצד.
עמוד 84
- 7. ראה תו"א תצוה פה, א ואילך. סה"מ תרמ"ז ע' פו. עטר"ת ע' רצד. תרפ"א ע' קעב. תרפ"ה ע' רח. תש"ט ע' 34. 65 (השני). ספר השיחות תש"ד ע' 75.
- 7. ראה גם שיחת שמח"ת שנה זו (לעיל ע' 70).
- 8. ראה שיחת י"ט כסלו (ליל ב) תרצ"א. וראה ספר השיחות תש"ה ע' 57.
- 9. בראשית ג, א.
- 10. ראה תו"א בראשית ה, ג ואילך. תו"ח שם ל, א ואילך. מאמרי אדמו"ר הזקן אתהלך לאזניא ע' נה ואילך (ועם הגהות — סה"מ עזר"ת ע' פט ואילך). מאמרי אדמו"ר האמצעי ויקרא ח"ב ע' תדש ואילך (ועם הוספות כו' — סה"מ תרס"ב ע' ש ואילך). ובכ"מ.
עמוד 85
- 11. ראה סה"מ עת"ר* ע' ס (הועתק בשינויים ב"היום יום" כז שבט): ומהחסידים הראשונים היו שעשו הסכם בנפשם שכל דבר המותר אך שיש לו איזה רצון וחמדת הלב לזה לא יעשה זאת. ובקונטרס העבודה ספ"ב: כבר סיפרתי מא' מהחסידים הגדולים אשר בהכניסה הראשונה לכ"ק אדמו"ר [הזקן] זצוקללה"ה נ"ע זי"ע פעל בעצמו שכל מה שרוצה מצד הטבעי לא יעשה (אז וואס ער וויל זאל ער ניט טאן). ראה גם ספר השיחות תרפ"ח ע' 17. וש"נ.
- 12. ר' שמואל בר' זאב וואלף הלוי לעוויטין. נולד בפאהאר שנת תרמ"ד. למד בתומכיתמימים בליובאוויטש. רב בראקשיק (תרס"התרע"ה) וקירסאנוב (תרע"הו). מנהל ביהמ"ד לרבנים בנעוול (תרפ"הט). בשנת תרפ"ט נאסר ונשלח לגלות. בשנת תרצ"ז יצא מרוסיא והתקבל שוב לרב בראקשיק. משנת תרצ"ט שד"ר בארה"ב. משנת ת"ש משפיע בתומכיתמימים בניו יארק. נפטר יא אלול תשל"ד. ראה אודותו: שיחת ח"י אלול תשל"ד.
- 13. ראה אודותו: אגרותקודש ח"ו ס"ע רסט ואילך. ספר השיחות תש"א ע' 30. נזכר באגרותקודש ח"ד ע' רצ.
עמוד 86
- 13. תהלים פד, ג.
- 14. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
- 15. שער המצות להאריז"ל פ' ואתחנן וטעמי המצות להרח"ו שם. ועוד.
- 16. ראה ספר השיחות תורת שלום ס"ע 24 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 328 ובהערות 2322. וש"נ.
- 17. ע"פ שמואלב יד, יד. וראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
- 18. משלי ו, כג.
עמוד 87
- 19. ואתחנן ד, לה.
- 20. ר' מאיר שמחה חן (תרכ"ב — ד' שבט תרצ"ד).
- 20. קדושים יט, לב. ד"ה והדרת פני זקן בלקו"ת קדושים ל, ד.
עמוד 88
- 21. משלי י, כב.
- 22. פרש"י בראשית א, א.
- 23. ראה אודותו לעיל ע' 55 הערה 16. וש"נ.
- 24. ראה סה"מ תרנ"ד ע' רכה. ספר השיחות תש"ד ע' 36. לקוטי שיחות חלק א ע' 2625.
- 24. ראה גם ד"ה כי נער ישראל ואוהבהו תרס"ו (הוספות להמשך תרס"ו ע' תקפא). ד"ה הנ"ל תשט"ז פ"ב (תורת מנחם חט"ו ע' 118). שיחת ש"פ חוקת תש"מ. רשימות חוב' מ ע' 10.
עמוד 89
מצוטט ב־19 עמודים
תורת מנחם 13
- ב - שנת תשי"א - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת ש"פ לך-לך, יו"ד מר-חשון ה'תשי"א* סה"ש תרפ"ה ע' 84
- ג - שנת תשי"א - חלק שני ‹ בס"ד. ר"ד אור ליום ה', י"ג ניסן*, ה'תשי"א סה"ש תרפ"ה ע' 85
- ז - שנת תשי"ג - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת יום ד', י"ט תשרי, ג' דחוה"מ סוכות ה'תשי"ג. סה"ש תרפ"ה ס"ע 83
- ח - שנת תשי"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשי"ג. סה"ש תרפ"ה ס"ע 83
- יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. ר"ד אור ליום ג' פ' וארא, כ"ד טבת, ה'תשט"ו. סה"ש תרפ"ה ע' 85
- יג - שנת תשט"ו - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשט"ו. סה"ש תרפ"ה ע' 83
- יט - שנת תשי"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת מוצש"ק פ' בשלח, יו"ד שבט ה'תשי"ז. סה"ש תרפ"ה ע' 83
- יט - שנת תשי"ז - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת ש"פ משפטים, מבה"ח אדר-ראשון, ה'תשי"ז. סה"ש תרפ"ה ע' 89
- כ - שנת תשי"ז - חלק שלישי ‹ בס"ד. שיחת יום ה' פ' פינחס, י"ב תמוז ה'תשי"ז. סה"ש תרפ"ה ע' 89
- לו - שנת תשכ"ג - חלק שני ‹ בס"ד. שיחת יום ב' פ' בשלח, יו"ד שבט, ה'תשכ"ג סה"ש תרפ"ה ע' 83
- נ - שנת תשכ"ז - חלק שלישי ערוך ‹ בס"ד. י"ב תמוז, ה'תשכ"ז ספר השיחות תרפ"ה ע' 84
- נ - שנת תשכ"ז - חלק שלישי ערוך ‹ בס"ד. ש"פ שופטים, ד' אלול, ה'תשכ"ז ספר השיחות תרפ"ה ס"ע 83
- לב - שנת תשכ"ב - חלק ראשון ‹ בס"ד. שיחת י"ט כסלו, ה'תשכ"ב סה"ש תרפ"ד ע' 85
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 6
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרפ"ח ‹ פורים, תרפ"ח ‹ 16 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 83
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרפ"ח ‹ פורים, תרפ"ח ‹ 17 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 85
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרפ"ט ‹ יום שמחת תורה תרפ"ט ‹ 37 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 83
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ י"ט כסלו ‹ 184 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 84
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ ליל ש"ק וישב, כו כסלו, שבת חנוכה תש"ו, בסעודה. ‹ 22 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ס"ע 83
- תש"ו-ה'שי"ת ‹ ספר השיחות - תש"ו ‹ פורים תש"ו ‹ 24 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 84

