פורים
266פורים
צו די קומענדיגע פּורים טעג, ווען יעדער פון אונז וועט הערן די מגילה און זיך אַריינטראַכטן אין דעם וואָס עס ווערט דערציילט אין איר, ווילן מיר אויפמערקזאַם מאַכן אויף עטליכע פּרטים פון דעם וואָס עס האָט פּאַסירט בימים ההם בזמן הזה.
עס איז אויפגעשטאַנען אַ המן האגגי וועלכער האָט אַרויסגעגעבן די גזירה להשמיד ולהרוג את כל היהודים צו אַ באַשטימטן טאָג.
אסתר המלכה זאָגט: לך כנוס את כל היהודים וצומו — און דאַן וועט זי פּרואוון אָפּשרייען די גזירה.
מרדכי גייט און קלייבט צוזאַמען צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער און לערנט מיט זיי תורה. ער לערנט זיי ווי מען וועט מקריב זיין די מנחת העומר ווען דער בית המקדש וועט צוריק אינגאַנצן אויפגעבויט ווערן.
די אַלע קינדער ווערן אַזוי פאַרכאַפּט, אַז אפילו זעענדיק די סכנת מות פאַר די אויגן — שרייען זיי אַלע: מיר בלייבן מיט מרדכי ביי דער תורה — לחיים או למות!
און אין דעם זעלבן טאָג ווערט די גזירה בטל. המנ'ס מפּלה איז שוין פאַרזיגלט. די אידן זיינען פאָלקאָם גערעטעט, כאָטש זיי דערוויסן זיך דערפון ערשט אין מערערע חדשים אַרום.
מעשה אבות סימן לבנים.
עת צרה היא ליעקב. אַ נייער המן האָט אַרויסגעגעבן אַ גזירה להשמיד כו', הי' לא תהי'.
דאַרפן מיר וויסן, אַז איינער פון די הויפּט מיטלען ווי צו מבטל זיין די גזרה —
איינער פון די הויפּטמיטלען עס זאָל זיין דער והשבות להמן את גמולו בראשו וליהודים תהי' אורה ושמחה —
איז קלייבן אידישע קינדער און לערנען זיי תורה און אידישקייט;
דערציילן זיי אַז די גאולה שלמה ליגט אין אונזערע אייגענע הענט, און במילא איז ניטאָ קיין אָרט פאַר יאוש, וואָרום באַלד ווי אידן טוען תשובה מיד נגאלין;
דערצייל[ן] זיי אַז במהרה יבנה ביתהמקדש און מיר אַלע דאַרפן זיין ווערט און צוגעגרייט אויף דינען דעם אויבערשטן!
און אין דעם זעלבן טאָג ווען אידישע קינדער וועלן דורכגעדרונגען ווערן מיט דעם גייסט;
אין דעם זעלבן טאָג וואָס זיי וועלן זיין גרייט אויסצושרייען: אתך אנחנו — מיט דיר תורה זיינען מיר — סיי לחיים סיי למות —
אין דעם זעלבן טאָג, פאַרזיכערט אונז די תורה, איז די גזירה בטל. המן 267באַקומט זיין מיאוס'ן סוף און ביי אַלע אידן וועט זיין בקרוב ממש אורה ושמחה וששון ויקר.
מיט וואונשן פון אַ פרייליכן פּורים.
(ממכתב אדר ב', תשג"ה)
... בהוספה על אישור מכתבו והחוברת ובהוספה על המברק שלי, אף שהערתי בענין מתנות לאביונים מובנה מאלי' ואין צריכה ביאור, אבל רצוני להשתמש בהזדמנות זו להוסיף עוד נקודה בזה. והיא:
נוסף על העיקר הוא הערך הדתי שבמצות מתנות לאביונים שהיא ממצוות היום דפורים, ואדרבה כמבואר בדברי הרמב"ם עוד נעלה יותר על ענין דמשלוח מנות, יש בזה ערך פדגוגי לחנך ולהרגיל את הילדים לעבור על מדת הילדות (?) ולתת ממונם למי שאינם חייבים לו ולא כלום, שיש בזה רגש עמוק יותר מאשר משלוח מנות לחבר או לחברה. ובפרט אשר הפרשת צדקה בממונו צריכה לגרור, ועל כל פנים בהשפעת המחנך שיעורר על זה, גם צדקה בגופו ובטרחתו, שהם המדריכים הכי פעיליים להחליש רגש האנוכיות שהוא מקור לכל מיני התפרצויות והפרעות ועד לידי חטא ועון בפועל.
לא אכחד אשר בתור חסיד חביבה עלי נקודה זו ביותר, שהרי מיסודי תורת החסידות ונושאי' היא ההדגשה איך שאהבת ה' ואהבת התורה ומצותי' אחדים הם עם אהבת ישראל, ועד שכולי חד.
(ממכתב י"ג ניסן, תשכ"ג)
... זיכער האָט איר אויסגעניצט די ימי הפורים, און ווי עס שטייט אין דער מגילה אַז רבים מעמי הארץ מתייהדים, וואָס איינע פון די רמזים אין דעם איז, אַז די וועלכע ביז פאַר פורים זיינען געווען עמי הארץ, ד.ה. אַז זיי האָבען זיך באשעפטיגט נאָר אין ענינים ארציים, זיינען געוואָרען יהודים, כדרשת ולשון רז"ל, אַז ישראל ווערן אָנגערופן יהודים, על שם שכופר בעבודה זרה — וואָס די פנימית אין דעם איז, אַז אין יעדער זאַך זוכט מען און במילא געפינט מען, געטליכקייט, וואָרום דער וואָס זאָגט, אַז עס איז פראַן, אתר פנוי מיני' — איז דאָס אַ ענין פון שתי רשויות, דבר עבודה זרה, ודו"ק.
(ממכתב י"ט אדר, תשט"ז)
—————— ——————

