90
ל"ג בעומר תרפ"ה
קטע
אונזערער1 אַ קרוב, אַ רב אין וועליז, האָט געהאַט גרויסע רדיפות פון צוויי גבירים און פון אַ גביר'טע. האָט ער אָנגעשריבן אַ בריוו צו אדמו"ר האמצעי זי"ע.
אדמו"ר האמצעי איז דאַן געווען אין קאַרעלסבאַד2. האָט אדמו"ר האמצעי זי"ע געענטפערט אַ בריוו, צו איין גביר האָט ער געשריבן "יתחרט מיד וה' יסלח לו", צו דעם צווייטן האָט ער געשריבן "הזהר והשמר פן בחרב אצא לקראתך"3 און צו די גביר'טע — "אין חכמה לאשה אלא בפּלך"4.
אַז דער רב האָט געבראַכט דעם בריוו אין בית המדרש צום דאַוונען, האָט דער ערשטער גביר אַ זאָג געטאָן: יע, וואָס דאַרף איך מיט זיי אָנהויבן זיך. דער צווייטער האָט געזאָגט: אַ נייער גובערנאַטאָר האָט זיך געפונען?
נאָכן דאַוונען אַז מ'איז אַרויס פון שול, איז דורכגעלאָפן אַ סאָטניע (הונדערט) קאָזאַקן רייטנדיק אויף פערד און איינער האָט אַרויס געכאַפּט די סאַשקע (שווערד) און האָט אים, דעם צווייטן גביר, אָפּגעהאַקט די קאָפּ. און די אשה די גבירה האָט געהאַלטן די אָטקופּ (פאַבריק פון ספּירט) און ניט געצאָלט די מסים, האָט מען אויף איר געמאַכט אַ משפּט און מ'האָט ביי איר אַלץ צוגענומען אַז זי איז געבליבן אָרעם.
אין אַ צייט אַרום אַז מ'האָט דאָס דערציילט דעם מיטעלן רבי'ן, האָט ער זיך אַרויסגענומען דעם לעבער פון דעם, "גם ענוש לצדיק לא טוב"5.
הערות
- 1. להמסופר כאן — ראה רשימת רבינו בשינויים והוספות — לקמן ע' 286 ואילך.
- 2. ע"ד ביקורו של אדמו"ר האמצעי בקארלסבאד קיץ תקפ"ה — ראה אגרותקודש אדמו"ר האמצעי ח"א ע' רעט. בית רבי ח"ב פ"ג.
- 3. ע"פ חוקת כ, יח.
- 4. ראה יומא סו, ב.
- 5. משלי יז, כו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד - קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 17 עמודים.
- אגרות קודש כרך יח ז'ל יומא סו, א
- לקוטי שיחות כרך לו תשא שיחה ב יומא סו, ב
- לקוטי שיחות כרך לח בהעלותך שיחה ב יומא סו, ב
- לקוטי שיחות כרך יב שמיני שיחה א יומא סו, ב
- לקוטי שיחות כרך יט שופטים שיחה ג יומא סו, ב
- לקוטי שיחות כרך יט ח"י אלול שיחה א יומא סו, ב
- לקוטי שיחות כרך כד שופטים שיחה ד יומא סו, ריש ע"ב
- לקוטי שיחות כרך כט הוספות - שיחות שיחה א יומא סו, א
- תורת מנחם שיחת יום ג', וא"ו תשרי, ה'תשכ"ז יומא סו, א
- שולחן ערוך אורח חיים חלק ב הלכות שבת שח דברים המותרים והאסורים לטלטל בשבת פא יומא סו, ב
- אגרות קודש כרך טז ה'תתקצב יומא סו, ב
- ספר השיחות הוספות רשימה מאותו ספר יומא סו, ב
- רשימות מנורה מו"מ מונחת יומא סו:
- אגרות קודש אדמו"ר האמצעי אגרת לו יומא סו, א
- אגרות קודש אדמו"ר האמצעי אגרת מ יומא סו, א
- תולדות חב"ד בפולין, ליטא ולטביא חב"ד בלטביא פעילות רבינו בתקופת ריגא יומא סו, ב
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום הלכות שבת - ח"ה (סי' שח-שכא) שח דברים המותרים והאסורים לטלטל בשבת יומא סו, ב

