46
פרק משניות, עין יעקב אין שול — דאַרף מען זיך צו אים צובינדן.
ה. [אמר לאחד:] דיר האָט מען געדאַרפט אויסריידן, נאָר איינעם אויף איינעם. געדיינק, עס וועט קומען אַ צייט, אַז דער טאַטע וועט דיר אַ ריי? טאָן פאַרן נאָז (והי' מראה על חוטמו הק'), און וועט דיר זאָגן, אַז דו האָסט זיך ניט גוט באַגאַנגען מיט מיין יוסף יצחק'ן, יוסף יצחק האָט באַ דיר געדאַרפט זיין טייער, ווי די אויגן פון קאָפּ.
ו. ישראל ערבים זה בזה4, עריבות און מתיקות5 און אַ איד דאַרף זיין זיס דעם צווייטן התאמתות באלקות, כמו שא' מבין בלשון צרפת, והוא, כל המכונה בשם חסיד דאַרף ער ניט אויפשטיין שפּעטער פון 7 אַזייגער, להתפלל תפלה בצבור, יעדער איד דאַרף לערנען אַלע טאָג אַ פ' חומש מיט רש"י6 און דאָנערשטיק ביינאַכט דאַרף ער גומר זיין כל הסדרה7. עס דאַרף ניט נעמען קיין שלאָף איידער מען לערענט אָפּ אַ ענין פון תורה.
דער וואָס איז ניט זהיר אין די אַלע זאַכן זיינען מיר ניט אחראים פאַר עם הן בחסידות והן בקבלת פדיון, הרי הוא ישראל כשר והשי"ת יעזור לו, נאָר ער איז ניט אין אונזער חברה, מ'דאַרף סטראָייען8 אַ נייעם חב"ד.
ז. אויף תורה וועט שוין קיין העלמות והסתרים ניט זיין, עס איז אַ נייע אַבייאווקע1 אַז אויף תורה וועט ניט זיין קיינע מניעות ועיכובים, מ'האָט אַריינגעשטעלט פלייצען.
ח. [אמר להמלמד:] ישראל, זאָלסט זיצן און קנעלן, צו דיר זאָל קיין זאַך ניט שייך זיין, דאָס איז אונזער עסק, דאָס זאָל זיין שייך צו די ראשי אלפי ישראל, און וואָס אונז וועט קאָסטן דאָס איז אונזער עסק, אונזער געשעפט.
ט. מען דאַרף רייסן און ווייקן און זאַלצן, עס שמעקט פון אייך, מען קען אין אונזערע ד' אמות ניט אַריינגיין. דער פערד דאַרף גיין אויפן טרעטואַר9 און מיר אויפן גאַס.
י. [אמר לאחד:] געוואַלד. וואו איז דאָס אהבה וידידות? אַ צער קומט מען אָנזאָגן, און נחת דאַרף מען הערן פון אַן אַנדערן10. יענעמ'ס ניט גוט רירט דאָך אָן אין פּנימיות.
שמחנו כימות עניתנו11, מען לייגט אַוועק אָן אַ זייט וואָס עס איז פאַראַן קושיות אויף דעם ענין און עס פעלט אַ אָפּלייג אויף דעם ענין, אַבי יענעם זאָל ווערן גוט, און וואָס וועט יעמולט זיין, אַז ער וועט האָבן אַ מנוחת הלב אַ מנוחת המוח וועט ער קענען זיך עוסק זיין אין תורה ועבודה.
יא. [אמר לאחד מפולין:] אאמו"ר הי' נכסף — האָט געהאַט גאָר אַ כוסף — צו אייערע אידן, און האָט מיר אַמאָל
הערות
- 4. שבועות לט, סע"א. סנהדרין כז, סע"ב.
- 5. ראה ספר השיחות תש"א ע' 144. אגרותקודש ח"א ע' שפד. תפא. ועוד.
- 6. ראה גם שיחת: י"ט כסלו תרפ"ג. שמח"ת תרפ"ה (לעיל ע' 39. לקמן ע' 71).
- 7. ראה גם — שיחת שמח"ת תרפ"ה שם (לקמן ע' 71).
- 8. {6} לבנות.
- 1. {6} הודעה.
- 9. {6} מדרכה.
- 10. ראה אגרותקודש ח"ג ע' שכב ואילך. שם ע' תקעד ואילך. ח"ד ע' רעו ואילך. שם ע' תנז. ח"ח ע' שמז. ועוד. וראה גם לקמן ע' 79.
- 11. תהלים צ, טו.
מצוטט בעמוד אחד
ספר השיחות ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע 1
- תרפ"ח-תרצ"א ‹ ספר השיחות - תרצ"א ‹ ר"ה רצ"א. ריגא. ‹ 148 ספר השיחות תר"פתרפ"ז ס"ע 46
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.

