י'תתמו
י'תתמו
ב"ה, כ"ה תמוז, ה'תשל"ג
ברוקלין, נ.י.
חשובער ה' ה. טאובע1 שי'
שלום וברכה!
אייער בריוו איז מיר אָנגעקומען מיט אַ פאַרשפּעטיקונג. איך דאַנק אייך פאַרן שרייבן.
זיכער ווייסט איר די לאַנג-שטייענדע פאַרבינדונג פון ליובאַוויטש מיט די אָרגאַניזאַציעס וועגן וועלכע איר שרייבט, ספּעציעל מיטן דזשוינט, אַ פאַרבינדונג וואָס ציט זיך העכער אַ האַלב יאָרהונדערט2.
אַזוי ווי יעדער ענין איז בהשגחה פרטית3, וויל איך אויסנוצן די דאָזיגע געלעגנהייט אויסצודריקן מיין האָפנונג, אַז, נעמענדיג אין אַכט אַז לויט אייער שרייבן טרעפט איר זיך מיט אידן פון פאַרשידענע קרייזן, ניצט איר אויס אייערע פאַרבינדונגען און השפעה אין דער פולסטער מאָס, אין דער ריכטונג צו מאַכן זיי באַוואוסטזיניג וואָס אידישקייט איז, אַז דאָס איז ניט פאַר ספּעציעלע טעג אין יאָר אָדער ספּעציעלע פּאַסירונגען אין לעבן, נאָר אַ טאָג-טעגלעכער לעבנס-שטייגער, ווי עס שטייט אויף דעם אין תפילה4: כי הם חיינו ואורך ימינו, וואָס לעבן איז דאָך אונאונטערבראָכן פון ערשטן רגע ביזן לעצטן רגע פון אַ מענטשנ'ס לעבן, און אַזוי דאַרף דאָס לעבן פון אַ אידן זיין דורכגעדרונגען מיט תורה און מצוות.
מיט אַכטונג און ברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.

