ט'תתכ

ט'תתכ

ב"ה, י"ג שבט, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

מרת חי' שרה תחי' אנדרוסיער

ברכה ושלום!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ביישטייערונג1 פון די קינדער תי' פון דער מכינה2 פון בית רבקה, צוזאַמען מיט זייערע אונטערשריפטן, אין צוזאַמענהאַנג מיט דער יאָרצייט-הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר יו"ד שבט.

דער זכות פון דער צדקה זאָל זיי אַלעמען און יעדער איינער באַזונדער ביישטיין זיי זאָלן אויסוואַקסן געראָטענע און טייערע אידישע טעכטער, ווי עס פּאַסט זיך פאַר טעכטער פון אונזערע מוטערס שרה רבקה רחל ולאה, און זיי זאָלן זיין אַן אמת אידישער חסידישער נחת פאַר זייערע עלטערן שי' און אונז אַלעמען.

בברכה להצלחה.

הערות

  1. 1. די ביישטייערונג : כפה"נ ל"קרן העשרים".
  2. 2. מכינה פון בית רבקה : דקראון הייטס, ברוקלין.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.