ט'תקכג
ט'תקכג
ב"ה, ט"ז תמוז, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י.
צו1 די תלמידים פון דער כתה פון
הרב שבתי אַלפּערין שי'
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אייער בריוו פון ערב שבת קדש פ' זאת חקת התורה איז ערהאַלטן געוואָרן.
דער אויבערשטער זאָל דערפילן אייער האַרץ-פאַרלאַנג לטובה וועגן וועלכן איר שרייבט, איר זאָלט מצליח זיין אין לימוד התורה וקיום המצוות בהידור, דורכגעדרונגען מיט יראת השם און אהבת השם, און עס זאָל מקויים ווערן באַ יעדערן פון אייך און באַ אַלעמען צוזאַמען דער2 מאמר פון אונזערע חכמים ז"ל: יגעת – מען זאָל זיך אָנשטרענגען און האָרעווען, דאַן איז די הבטחה – ומצאת – איר וועט געפינען פיל הצלחה אין דעם אַלעם.
געוויס איז אייך באַקאַנט די פרשה3 פון י"ב-י"ג תמוז, די גאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואָס דערמאָנט זיין מסירת נפש אויף אידישקייט בכלל און אויף חינוך על טהרת הקדש פאַר אידישע קינדער בפרט, ניט אָפּשרעקנדיג זיך פון קיינע שטערונגען. דאָס דאַרף אַרויסרופן אין יעדן איינעם אַ תוספת כוח און דערמוטיקונג אין לימוד התורה וקיום המצוות מיט מער און מער איבערגעבנקייט.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות אין אַלעם אויב[נ]געשריבענעם.
הערות
- 1. : אגרת נוספת אליהם – לקמן ט'תקנב.
- 2. דער מאמר : מגילה ו, רע"ב.
- 3. די פרשה פון י"ב-י"ג תמוז : ראה רשימת המאסר – לקו"ד ליקוט לד-לז (כרך ד תריא, ב ואילך). סה"ש תרפ"ז ע' 179 ואילך. ועוד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.

